מנהג הקדוש פון הגה״״ק אך פרי תבואה מליסקא זי״״ע צו עסן פיש אין קערה הפוכה ווערט נתחדש

דער מנהג איז יסודותו בהררי קודש מהפך צו זיין דין צו רחמים און ברענגן השפעות פון פרנסה וכל טוב

ברוקלין – צווישן די אייגענאַרטיגע מנהגים פונעם צדיק וקדוש, פועל ישועות בקרב הארץ מרן הגה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע, בעל אך פרי תבואה, איז געווען אַ הייליגער מנהג פון עסן די פיש שבת קודש אויף די פאַרקערטע זייט פונעם טעלער.

אויב איז דעם אך פרי תבואה'ס עבודה א גאנצע וואך געווען צו ברענגן השפעות פאר אידן, בפרט שברי לב, עניים, יתומים ויתומות, האָט דער צדיק נאָך פיל מער כוחות אַריינגעלייגט צו עפענען די צינורות פון חסד ושפע ווען עס איז געקומען שבת קודש. עס איז דאָך באקאנט וואס עס שטייט אין זוהר הקדוש "כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא דשביעאה תליין" – אז אלע השפעות פון די גאנצע וואך קומט נאר דורכ'ן שבת קודש, און דער אך פרי תבואה דערמאנט עס אן א שיעור מאל אין זיינע הייליגע ספרים, אך פרי תבואה על התורה, הישר והטוב על המועדים. ווער נאך ווי א צדיק וואס איז אליין בחינת שבת, האָט דען דער כח פון משפיע זיין לצורכי ישראל פרנסה בשפע?!

א גאר גרויסע עבודה משפיע צו זיין שפע הפרנסה אין דעם הייליגן שבת איז געווען ביי אכילת הדגים. דער צדיק האָט ביים דעם אויפגעטאָן אַן אייגענארטיגע גאנג אין המתקת הדינים, צו קענען איבערדרייען פון א ארימאן צו ווערן געהאלפן מיט פרנסה בהרחבה.

פרייטאג נאכמיטאג האט אריינגעברענגט די פיש וואס מען האט געהאט געקאכט לכבוד שבת. אפילו די פיש וואס חסידים האבן מיטגעברענגט אלס מתנה פארן רבי'ן האט מען אויך אריינגעברענגט צו אים, ווייל דאס איז געווען רצון קדשו , ער האט געוואלט זען די פיש וואס וועט זיין ביי אים, ביי די סעודת שבת.

דער אך פרי תבואה האט זיך אמאל געהאט ארויסגעכאפט א ווארט איבער זיין הייליגן, באהאלטענעם דרך בנוגע צו די פיש, זאגענדיג: " איך דערקען פון די פיש די געסט וואס וועלן אנקומען צו מיר אויף שבת קודש". מי יבוא בסוד ה' – מ'האָט געזען ספּעציעל פאַרבאָרגענע ענינים אין זיין צוגאנג מיט די פיש וואס וועט געגעסן ווערן בחצר קדשו און וואס וועט פארטיילט ווערן אצל שולחנו הטהור.

שבת קודש אצל שולחנו הטהור, ווען מען האָט אַריינגעברענגט די פיש, האט ער דאס צושניטן אויף שטיקלעך. איינמאל האט זיין איידעם הגה"צ רבי יוזפא גאלדבערגער זצ"ל אויפגעכאפט אז זיין שווער האט צושניטן די פיש אויף זעקס און צוואנציג שטיקלעך, אקעגן די שם הרחמים וחסדים. ער האט באַמערקט פאַר'ן שווער וואָס ער האט אויפגעפאסט. דעם אך פרי תבואה איז דאָס געפאָלן, אז עס איז טאקע ריכטיג אזוי.

ווען מען האט געברענגט די פיש פאר די אורחים וואס האבן געגעסן ביים אך פרי תבואה'ס טיש, האט מען אויסגערופן על פי פקודת הקודש אז מען זאל איבערדרייען דעם טעלער, און עסן די פיש אויף די אנדערע זייט טעלער. דאס ענין פון איבערדרייען דעם טעלער איז געווען א ענין וואס דאס איז נאר געווען ביי זיין טיש, און נישט קיין מנהג וואס אנדערע זאלן אזוי ווייט נאכטאָן. ווי די חסידים האָבן געהערט און מקבל געווען, איז ביים עסן די פיש געווען א גאר געהויבענע צייט צו משפיע זיין פרנסה פאר אידן, און דער מיטל דערצו איז געווען דוקא צו עסן אצל שולחנו הטהור די פיש אויף די אנדערע זייט טעלער.

געווענליך, ווען מען האט אויסגערופן אז מען זאל איבערדרייען די טעלערס, האט יעדער אויסגעפאלגט דעם באפעל און איבערגעדרייט טעלער. פאסירט האָט אמאל אַז איינער פון די מסובים האָ נישט געוואָלט איבערדרייען דעם טעלער. כאטש וואס דער גבאי האט אויסגערופן און אים געבעטן עטליכע מאל, האָט ער זיך גע'עקשנ'ט און נישט אויסגעפאָלגט.

דער ליסקא רב איז דאן געזעצן ביים טיש אין גרויס דביקות. פּלוצים האט ער זיך אויסגעדרייט צו דעם גאַסט און געזאגט: "דו דארפסט דאך אז עס זאל זיך ביי דיך איבערדרייען [דאס מזל], זאלסטו טאקע איבערדרייען דעם שיסל." פון דעמאלס אן האט זיך ביי יענעם איבערגעדרייט דאס מזל צו גוטן, און ער האט געהאט פרנסה בריווח.

דער קאפיש'ער רב, הגה"ק רבי יהושע העשיל הכהן פריעד זצ"ל, בדורו פון די גרעסטע רבנים אין אונגארן, האט דערציילט אז ווען ער איז געווען אויף א שבת אין ליסקא, האט אים דער אך פרי תבואה געזאגט א טעם פון איבערדרייען דעם טעלער און עסן די פיש אויף די אנדערע זייט פון די טעלער, ווי פאָלגענד:

"עס איז באוואוסט אז ווען די אותיות זענען לויט'ן סדר פון די א' ב', זיי זענען כסדרן, דעמאלטס איז עס פונעם אור הישר און זענען מרמז אויף רחמים און חסדים. און אויב די אותיות זענען נישט לויט'ן סדר, דעמאלס איז עס פונעם אור החוזר, און עס איז מרמז אויף דין חלילה."

"ביי ד"ג איז דער אות ד' פאר די אות ג', קומט אויס אז די ווארט דג איז פון אור החוזר און עס ווייזט חלילה אויף דין. דעריבער עסט מען די פיש אויף א פארקערטע טעלער, כדי מהפך צו זיין פון מדת הדין צו מדת הרחמים."

כנהוג האט דער אך פרי תבואה געטיילט שיריים פון די פיש, וואס ער זעלבסט האט געגעסן פון א איבערגעדרייטע טעללער פאר'ן אַלע פאַרזאַמעלטע חסידים, און מיט דעם משפיע געווען אסאך פרנסה. טויזענטער אידן זענען נתעשר געווארען אדער עס האט אנגעהויבן אריינצוקומען א ברכה למעלה מן המשוער אין זייערע פרנסה ביד רחבה, בזכות די שיריים פון דער פיש וואס זיי האבן געגעסן פון דעם צדיקס איבערגעדרייטן טעלער.

כ"ק הגה"ק בעל שערי הישר מליסקא זי"ע האט אויך געהאט דעם מנהג פון דעם זיידן דער אך פרי תבואה זי"ע. כדי מקיים צו זיין מנהג אבותיו, האָט ער געהאט א ספּעציעלן טעלער וואס אויף ביידע זייטן האט מען געקענט געהעריג עסן די פיש, נאר איין זייט האט זיך דערקענט אז דאס איז די ריכטיגע זייט, און ער האט עס כאילו ווי איבערגעדרייט צו עסן אויפן פארקערטן זייט.

כידוע האט דער אך פרי תבואה זי"ע געזאגט אינעם לעצטן יאר פון זיין פטירה: "א מענטש ווייסט נישט דער זכות וואס ער רירט אן, ווען ער קומט און איז מחזיק מיינס א קינד, אפילו ווען די זאך וועט ווערן צושפרייט, איבעראל האב איך ענק אנגעוואקסען". ער האט אנגעוואונטשן און איבערגעגעבן א כח פאר זיינע קינדער און איינקלעך צו קענען ווייטער משפיע זיין פרנסה פאר אידן'ס וועגן, מיט אט דעם הייליגן סגולה בדוק ומנוסה, פון עסן די פיש אויף דעם אנדערן זייט פון דעם טעלער.

אזוי ווי דער אך פרי תבואה האט אמאל געזאגט פאר זיינע קינדער: "קינדערליך, גלייבט מיר דאס איך בוי אייך אן גענונג און גענונג." אז דער ענין פארט ווייטער בירושה לדורות עולם צו קענען געבן און ארויסהעלפן מיט איבערדרייען פון דג צו גד, וואס גד מיינט מען מזל, אזוי ווי די גמרא זאגט 'גד גדי' – שטארק דיין מזל.

אין די לעצטע שטיק צייט האָבן אייניקלעך פונעם הייליגן צדיק געבעטן כ"ק מרן אדמו"ר מליסקא שליט"א - דער אייניקל בן אחר בן וועלכער איז אוחז בדרכי אבות, און גייט נאָך די פיסטריט פון פאַרשידענע מנהגים וואָס זענען אייגענאַרטיג לבית ליסקא – צוריק אָנצוהייבן פּראַווען דעם מנהג פון עסן פיש אין די איבערגעדרייטע טעלער, אויף וואָס עס שטייט אַזעלכע געהויבענע ענינים. דער רבי שליט"א איז נאָכגעגאַנגען די מסורות פונעם הייליגן מנהג, און די אייניקלעך און די וואָס פּילעווען זיך אין די הייליגע ספרים, זענען צופרידן צו הערן אַז דער רבי שליט"א וועט בבחינת חזר ויסדום צוריק אָנהייבן זיך צו פירן אינעם הייליגן מנהג, וואָס דער אך פרי תבואה האָט זיך געפירט און אַזוי אויך זיין אייניקל, דער בעל שערי הישר זצ"ל דעם רבי'נס זיידע.

אַזוי דער וואס פאדערט א ישועה קען נעמען פון די שיריים פון ליסקא רבי שליט"א פון די פיש וואס ליגט אויף די איבערגעדרייטע טעלער בשעת שלש סעודות אין ליסקא בית המדרש מדאי שבוע בשבוע, און זעהן ברכות און ישועות  אזוי ווי פיל אנדערע וואס האבן שוין געזעהן דורך דעם ספּעציעלן הייליגן מנהג. און די הבטחה פונעם אך פרי תבואה זי"ע פאַר די קינדער אַז "איבעראָל האָב איך ענק אָנגעוואַקסן", ווערט מקוים און גייט ווייטער אן ביי נכדו ממלא מקומו דער ליסקא רבי שליט"א.

זמן תפלת מנחה בקהל עטרת צבי מליסקא 40 דקות אחרי זמן הדלקת נרות, ואח"כ שלש סעודות עם מנהג הקדוש של צלחת הפוכה עם הדגים.

מעריב בזמנו.

 


Download
Tags
Sign Up for Updates
קהל עטרת צבי מליסקא
1449 50th Street
Brooklyn,  NY  11219
t. 718-436-5555
ChasideiLiska@Gmail.com
 
BB DESIGN & DEVELOPMENT