״וזוכר חסדי אבות״ קאַמפּיין זעלטענע געלעגענהייט צו נעמען חלק אין רענאָווירן דעם ציון הקדוש פון הייליגן בעל ״אך פּרי תבואה״ זי״ע אין ליסקא

Elul 5780
סגולה נפלאה אויף המתקת הדינים פאַר ימים נוראים

״וזוכר חסדי אבות״ קאַמפּיין זעלטענע געלעגענהייט צו נעמען חלק אין רענאָווירן דעם ציון הקדוש פון הייליגן בעל ״אך פּרי תבואה״ זי״ע אין ליסקא

סגולה נפלאה אויף המתקת הדינים פאַר ימים נוראים, ווי באַקאַנט פון רביה״ק מסאַטמאַר זי״ע וועלכער פלעגט דערמאַנען נאָמען פון רבי הערשעלע מליסקא זי״ע פאַר תקיעת שופר

 

ברוקלין. – אין די טעג איז געלאָזט געוואָרן אין גאַנג דער קאַמפּיין "וזוכר חסדי אבות" וואָס וועט געבן די זעלטענע געלעגנהייט פאַר'ן ברייטן ציבור אַנטיילצונעמען אין די הוצאות צו רענאָווירן דעם ציון הקדוש פונעם הייליגן צדיק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע בעל "אך פּרי תבואה".   

ווי שוין באַקאַנט האָט היי-יאָר פּאַסירט אַ וויכטיגע געשעעניש אין די חסידישע היסטאָריע, ווען די אונגאַרישע רעגירונג האָט איבערגעשריבן דעם בית החיים אין ליסקא אונטערן בעלות פון ליסקא קהלה אין ניו יאָרק. אַלס נאָכפאָלגונג איז אויפגעשטעלט געוואָרן דער "קרן בית ליסקא" וואָס באַפאַסט זיך מיט איבערבויען דעם אוהל הקדוש און דעם גדר אַרום דעם בית החיים, ווי אויך אויפבויען דערנעבן אַ בית הכנסת אורחים און אַנדערע וויכטיגע איינריכטונגען וועלכע זענען קריטיש צו פּרעזערווירן דעם מקום קדוש און ערמעגליכן פאַר די פילצאָליגע מתפּללים מכל קצוי תבל אַ גרינגען צוטריט צום ציון הקדוש, איינצורייסן בדבר ישועה ורחמים און אויס'פּועל'ן כל טוב לכלל ולפּרט.

דער קאַמפּיין "וזוכר חסדי אבות" איז אַ דבר בעתו אין דעם חודש אלול, חודש הרחמים והרצון, ווען אידישע קינדער איבער דער גאָרער וועלט קוקן אַרויס בכליון עינים אויף אַ גוט יאָר, אויף אַ שנת שנת חיים גאולה וישועה, בפרט בעניני בריאות ורפואות, נאָך אַזאַ שווער יאָר ווען עס האָט אויסגעבראָכן די קאָראָנעוויירוס מגיפה ל"ע וואָס זינט צווייטע וועלט מלחמה זענען נישט אַזויפיל אידן אויפאַמאָל פאַרלוירן געגאַנגען ה"י.

איצט צום נייעם יאָר ווען מען דאַרף זיך שטעלן צום יום הדין און דורכגיין דעם כסא הכבוד כבני מרון, איז די הרגשה ביי אַלעמען אז עס פאָדערט זיך דער זכות אבות וצדיקים פון פריערדיגע דורות אויסצו'פּועל'ן אַ גוט, געבענטשט יאָר, נחת און געזונט און צו פּועל'ן ישועות ורפואות פאַר כלל ישראל.

אין אַזאַ צייט וויל מען זיך דערמאַנען וויאַזוי האָבן טאַקע די צדיקים מדורות הקודמים גע'פּועל'ט אַ גוט יאָר, וויאַאזוי זענען זיי צוגעגאַנגען צום יום טוב ראש השנה, און אויפ'ן געדאַנק קומט אויף די הכנה דרבה פון מרן רבינו הקדוש מסאַטמאַר זי"ע, וואָס לויט ווי די משמשים בקודש פונדערהיים אין סאַטמאַר, ווי אויך די גבאים פון די יאָרן אין אַמעריקע, פלעגן דערציילן, פלעגט דער רבי יעדעס יאָר פאַר ראש השנה און במשך די עשרת ימי תשובה לערנען דעם ספה"ק "הישר והטוב" די דרושים אויף ראש השנה, שבת שובה און יום כיפּור פון רבי הערשעלע מליסקא זי"ע.

מער ווי דעם איז צווישן סאַטמאַר חסידים ידוע ומפורסם אז ראש השנה איידער תקיעת שופר האט דער רבי געהאַט אַן ענין גדול צו דערמאַנען דעם נאָמען פון רבי הערשעלע ליסקער זי"ע. ער האט געהאַט אַ פאַרבאָרגענעם טעם הכמוס צו שמועסן דוקא פונעם אך פּרי תבואה זי"ע און מען האָט געזען דעתו הגדול אַז אפילו בלויז דערמאַנען זיין נאָמען איז מסוגל פאַר המתקת הדינים. צומאָל ווען ער האָט געהאַט צייט פלעגט ער ביי "פּאָזע" פאַר תקיעת שופר דערציילן אַ מעשה פונעם ליסקא רב און אויב ער האט נישט געהאַט קיין צייט פלעגט ער צומאל בלויז זאָגן "רבי הערשעלע ליסקער איז געווען אַן ערליכער איד".

אין קונטרס "דולה ומשקה", עובדות וואָס עס האָט דערציילט הגה"צ רבי משה דוב וויינבערגער זצ"ל אבד"ק פּאַיע, איז איבערגעגעבן ווי פאָלגענד:

זייענדיג אַ מקורב אין רבינ'ס שטוב, האָט דער פּאַיער רב ז"ל בייגעוואוינט צוויי יאָר ביים רבי'ן אום ראש השנה אַ מערקווירדיגן ענין וויאַזוי דער רבי האָט זיך געגרייט צו תקיעת שופר. דער פּאַיער רב האָט דאָס געהערט ביידע טעג ראש השנה תש"ח פאַר תקיעת שופר און די זעלבע זאַך ביידע טעג ראש השנה שנת תש"ט: פאַר דער רבי איז אַריין אין בית המדרש שופר בלאָזן, האָט דער רבי געזאָגט פאַר די מקורבים אַז פאַר תקיעת שופר איז מסוגל צו רעדן פון די פריערדיגע צדיקים, אַז זייער זכות זאָל ממתיק זיין די דינים, און ער האָט אָנגעהויבן צו שמועסן פון הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע בעמח"ס אך פּרי תבואה.

דאָס זעלבע האָבן דערציילט די משמשים בקודש פון די שפּעטערדיגע יאָרן אַז ביז'ן לעצטן יאָר פון די הסתלקות האָט דער רבי כמעט יעדעס יאָר ראש השנה דערמאַנט דעם ליסקא רב, אַן עובדא אָדער אַ תורה, און צוגעלייגט אַז פאַר תקיעת שופר איז מסוגל צו רעדן פון צדיקים. פיל מאָל האָט ער בלויז דערמאַנט "דער ליסקא רב איז געווען אַן ערליכער איד". הרה"ח ר' עזריאל גליק ז"ל משב"ק פלעגט איבערזאָגן פון רבי'ן בזה הלשון: "פאַר תקיעת שופר איז אַ סגולה צו רעדן פון פריערדיגע צדיקים – דער ליסקא רב איז געווען אַ צדיק אמת". אַמאָל האָט דער רבי געזאָגט דאָס לשון "ערליכער איד" און אַמאָל "צדיק אמת". מער האט ער נישט געזאָגט.

קיינער פאַרשטייט נישט פאַרוואָס דער רבי האָט דערמאַנט דוקא דעם צדיק רבי צבי הירש מליסקא. דאָס איז געווען איינע פון די וואונדערליכע ענינים וואָס מ'האָט געזען ביים רבי'ן אין וואָס קיינער האָט נישט געהאַט קיין השגה, שבילו במים רבים ועקבותיו לא נודעו, אָבער מען האט געזען בחוש אַז ער האַלט אַז דער נאָמען איז מסוגל צו המתקת הדינים.

באמת איז דאָס נישט אַזאַ פּלא, ווייל דער הייליגער רבי צבי הירש מליסקא זי"ע איז געווען אַ מקור הישועות; סיי בחיים חיותו און סיי לאחר הסתלקותו איז געווען שמעו הולך בכל המדינה אַלס פּועל ישועות בקרב הארץ. פאַקטיש איז שוין דאָ אויף דעם אַ מסורה פון נאָנט צו 150 יאָר פון צדיקים וגדולי הדור פון פריערדיגע דורות וועלכע זענען געפאָרן צום ציון הקדוש פונעם אך פּרי תבואה צו פּועל'ן ישועות ורפואות און ביז'ן היינטיגן טאָג זעט מען אָפענע זאַכן ביי זיין ציון הקדוש וואו אידן ווערן געהאָלפן בכל מילי דמיטב, סיי בעניני רפואה, סיי מיט זרע של קיימא, מיט שידוכים און פּרנסה וכו' וכו'.

בחיים חיותו האָט הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע געזאָגט: "ווען א איד קומט צו מיר בין איך גרייט צו נעמען אויף מיר זיין גאַנצן פּעקל צרות, אבי דער איד זאָל דאָס דאס נישט האבן". איז דאך כל שכן איצט ווען ס'איז גדולים צדיקים במיתתם איז דאָס זיכער אַקוטועל, נאָכדערצו אַז רבי הערשעלע פלעגט זאָגן "אַ רב דארף קענען אוועקגעבן דעם עולם הזה, אַ רבי דארף קענען אוועקגעבן אויך דעם עולם הבא!" און דאָס איז אַ זאַך וואָס מען געזען באַשיינפּערלעך ביים אך פּרי תבואה זי"ע וועלכער האָט זיך אויסגעדרוקט פאַר זיין הסתלקות "אין די זאָקן קען איך אויפטון פּונקט ווי אין די שיך", ווי איינער זאָגט, אפילו ווען איך וועל שוין נישט דאָ זיין וועל איך אויך זען צו העלפן פּונקט ווי ביים לעבן.

ליסקא אידן האָבן געוואוסט פון די מעשה נורא אַז אַ חסיד איז געקומען צו פאָרן צום אך פּרי תבואה גלייך נאָך תשעה באב אין יאָר תרל"ד, ער איז אָבער שוין אָנגעקומען אין ליסקא צו שפּעט, נאָכ'ן דאשכבתא דרבי פון הייליגן ליסקער צדיק וועלכער איז נסתלק געוואָרן י"ד אב. דער איד האָט מיטגעברענגט אַ קוויטל וואָס ער האָט געפּלאַנט איבערצוגעבן פאַר'ן רבי'ן, אָבער זעענדיג אַז ער האָט פאַרפּאַסט דעם רבי'ן ביים לעבן, איז ער גלייך צוגעגאַנגען צום פרישן קבר און דאָרט אַריינגעוואָרפן דאָס קוויטל.

צוויי טעג נאָכ'ן הסתלקות האָט דער איד זיך גע'חלומ'ט ווי דער ר"ר הערשעלע זי"ע קומט צו אים און זאָגט אים: "נעכטן האָב איך זיך נאָך געפּאָרעט מיט זיך. היינט קען איך שוין נעמען דיין בקשה. קום נאָכאַמאָל צו מיין קבר וועסטו פּועל'ן אַ ישועה".

אין זעלבן אוהל ליגט אויך באַהאַלטן חתנו הגה"ק בעל "טל חיים" מליסקא זי"ע, וועלכער איז געווען ממלא מקומו פון זיין גרויסן שווער און איז בשעתו געווען מפורסם מיט זיינע דאָפּלטע כוחות, סיי אַלס גאון אדיר וחריף בתורה אשר כל רז לא אניס לי' און סיי אַלס צדיק וקדוש ופּועל ישועות בקרב בארץ. אַלע צדיקי דורו האָבן אים זייער געשעצט און מעיד געווען אויף זיינע גרויסע כוחות בכפליים מיט זיין גאונות אדירה בתורה און מיט זיין כח פון צדיק גוזר והקב"ה מקיים.

איבער די גרויסע ישועות וואָס מען קען זיין ביים ציון פון די צדיקי בית ליסקא איז כדאי נאָכצוברענגען די מעשה פּלא וואָס איז דערציילט געוואָרן דורך הרה"ג רבי יואל גאלדמאן שליט"א אב"ד נייפּעסט-וויליאמסבורג  נכד צדיקי בית ליסקא, בשם זיין זיידן הגאון הצדיק רבי יחיאל אויש זצ"ל אבד"ק וואָלקאַן (וואָס זיין פאָטער הגה"ק רבי אהרן אויש זצ"ל אבד"ק לופּעני איז געווען אן איידעם ביים טל חיים זי"ע).

דער וואָלקאַנער רב איז געווען אין לאַגער אונטער די דייטשן. ווי אַלע העפטלינגען איז ער געווען הויט און ביין און געארבעט ביטער שווער אין די פראָסטיגע קעלט און געהאַט קוים צו עסן. איינמאָל זענען דורכגעגאַנגען רוסישע זעלנער און אָנגעטראָגן צו פאַרקויפן פאַר די לאַגער-אידן אַ וואַרעמען פּעלץ. האָבן זיך צוזאמגענומען אַ פּאָר אידן בשותפות און אוועקגעגעבן זייער ביסן ברויט פון אַ טאָג און געקויפט איין אַזאַ פּעלץ, און מען וועט זיך איינטיילן, יעדער וועט דאָס קענען אָנטון פאַר אַ וויילע זיך צו דערוואַרעמען.

מען האָט צום ערשט מכבד געווען דעם וואָלקאַנער רב אָנצוטון דעם פּעלץ, אָבער אינצווישן האָט איינער פאַר'מסר'ט פאַר די דייטשן אַז מען האָט געקויפט עפּעס אומלעגאַל. ווען די דייטשן זענען אַריינגעקומען אין באַראַק האָבן זיי געכאַפּט דעם וואָלקאַנער רב מיט'ן פּעלץ און אים פאַראורטיילט צו באַשטראָפן מיט קלעפּ. יעדער וואָס האָט באַקומען צוגעטיילט דעם שטראָף האָט זיך פריער געזעגנט פון די פאַמיליע ווייל מען האָט געוואוסט אז עס איז אוממעגליך דורכצולעבן אַזעלכע מכות רצח וואָס מען געט אויף הויט און ביינער.

האָט דערציילט דער וואָלקאַנער רב, בשעת מען האָט אים אָנגעהויבן שלאָגן האָט ער זיך גענצליך מצמצם געווען דעם מח, מסיח דעת געווען פון אַלעם אַרום און קאָנצענטרירט זיין מחשבה כאילו ער איז יעצט אויפ'ן קבר פון די צדיקים לבית ליסקא, זיין שווער דער טל חיים און דער זיידע דער אך פּרי תבואה זי"ע. ער האָט גאָרנישט געטראַכט אַז ליגט איצט איבערגעבויגן אויפ'ן טיש און כאפּט קלעפּ, נאָר כאילו ער איז יעצט ביים ציון אין ליסקא און איז מתפּלל.

ולפּלא גדול –ער האט נישט געשפּירט קיין שום קלעפּ, ממש כאילו לא הי'! ווען ער האָט זיך דערוועקט האָט ער געפילט בלויז דעם לעצטן קלאַפּ. ווען ער איז ארויסגעקומען לעבעדיג האָבן די לאַגער אידן געמאכט די ברכה ברוך מחי' המתים.

דער בית החיים אין ליסקא איז שוין צוויי מאָל רענאָווירט געוואָרן, איינמאָל כמעט פערציג יאָר צוריק און אַ צווייטמאָל בערך דרייסיג יאָר צוריק, אָבער קיינמאָל איז נישט געווען אַזאַ געלעגנהייט ווי אַצינד, ווייל ביז היינט האָט מען נאָר געקענט פאַררעכטן די מינימאַלע שטרויכלונגען אָבער איצט  ווען דער בית החיים איז שוין אין רשות פון קרן בית ליסקא אין ניו יאָרק, קען מען דורכפירן גרויסצוקיגע רענאָוואַציעס וואָס זענען וויכטיג פאַר'ן אויפהאַלטונג .

צווישן אַנדערע פּראָבלעמען וואָס פּלאָגן דעם בית החיים איז: די אוממעגליכקייט צו פּאַרקן, אַרויסצוגיין אָדער וואַשן די הענט, אָן קיין געהעריגע באַלייכטונג אויף ביינאַכט ווי אויך דער אָנלויף פון לאָקאַלע ציגאַנער. "קרן בית ליסקא" איז געגרונדעט געוואָרן בלויז פאַר דעם איינעם צוועק אַהערצושטעלן דעם בית החיים מיט אַלע נויטיגע צוגעהערן, צב"ש, מען האָט געקויפט אַ שטח צו קענען צושטעלן פּאַרקינג. דאָס וועט זיין פאַרמאַכט מיט אַ צוים אַז אומגעוואונטשענע עלעמענטן זאָלן זיך נישט קענען אַריינכאַפּן. אויך וועט מען איינריכטן לעקטערס צו קענען מתפּלל זיין ביינאַכט, ווי אויך זיכערהייט קאַמערעס און בעיקר וועט מען אויפשטעלן אַ בית הכנסת אורחים פאַר די וויכטיגע צרכים און זיך צו דערכאַפּן דאָס האַרץ. מען בויט נישט קיין לוקסוס, נאָר זאַכן וואָס פעלן זיך באמת אויס און דער ציבור פאָדערט.

צווישן די זכותים וואָס מען קען זיך איינהאַנדלען זענען: "שער בית החיים א'", "שער בית החיים ב'", "בית הכנסת אורחים", "שער היכל הכנסת אורחים", "מרכז הבית החיים" (פּאַרקינג וכו'), "זכות פּרוזדור המוביל לציון הקודש" און ועל כולם: "זכות שיפּוץ האוהל הקדוש". דאָס אַלעס זענען איינמאָליגע זכותים וואָס מען קען זיך איצט איינקויפן אויף לנצח נצחים.

איצט איידער ראש השנה ווען אידן זוכן סגולות אויף "המתקת הדינים" לאָמיר נישט פאַרגעסן אַז אויב "בלויז דערמאַנען דעם נאָמען" איז מסוגל פאַר תקיעת שופר, איז דאך אַ קל וחומר אויב מען שטרענגט זיך אָן לעשות נחת רוח להאי צדיקא קדישא דורך מתקן זיין מקום מנוחותו, איז דאָס זיכער די גרעסטע סגולה אַז השי"ת זאָל זיין "עומד מכסא הדין ויושב על כסא רחמים".

אַריינצוכאַפּן די מוראדיגע סגולה איידער די ימים נוראים, קען מען זיך פאַרבינדן מיט "קרן בית ליסקא" אויף: office@beisliska.org אָדער רופן טעלעפאָניש: 718-436-5555, און דורכדעם זוכה זיין צו איינע פון די דברים "שאדם אוכל פּירותיהם בעולם הזה והקרן קיימת לו לעולם הבא", ווייל נישט בלויז קויפט מען זיך איין די גרויסע מצוה פון "חסד עם המתים" וואָס איז שכרו הרבה מאוד, נאָר עס איז אויך אַ געלעגנהייט "איבערצולאָזן דעם פּעקל צרות ביים ליסקער צדיק", עס זאָל זיין תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה.


Related Articles
Tags
Sign Up for Updates
קהל עטרת צבי מליסקא
1449 50th Street
Brooklyn,  NY  11219
t. 718-436-5555
ChasideiLiska@Gmail.com
 
BB DESIGN & DEVELOPMENT