Hivnov Maleve Malka 5773 - Der Yid - Tzibur (Yiddish)

Thursday, November 15, 2012
מאסן ביים מלוה מלכה אין ב״פ לטובת ביהמ״ד חסד אברהם דהיבנוב
 

פון איין זייט צום אנדערן און איז די גאנצע צייט געווען באזעצט פון צענדליגער רבנים ואדמורי״ם פון די חשוב׳סטע און גרעסטע קהילות קדושות אין בארא פארק און דער אומגעגנט.

דער יו״ר, הרה״ח מוה״ר נפתלי בלומענבערג הי״ו, מחשובי מתפללי ביהמ״ד, האט פארגעשטעלט א חשוב׳ן פערזענליכקייט, הרבני הנכבד והישיש, הרב אשר לעמיל עהרענרייך שליט״א, דער וועטעראן מנהל פון בית יעקב ד׳בארא פארק קרוב צו 60 יאר לאוי״ט, ער זאל ארויפקומען רעדן לזכרו פון להבחל״ח ידיד נפשו, הרב החסיד המפו׳ רבי דוד גרינצווייג ז״ל, וואס די מסיבה איז געווען מוקדש לזכרו, ולע״נ בנו הרה״ח ר׳ יוסף גרינצווייג ע״ה.

הרב עהרענרייך האט גאר רירענד ארויסגעברענגט דעם טייערן אנדענק פון ר׳ דוד גרינצווייג, פארשטעלנדיג וויאזוי ער האט איבערגעלעבט די מלחמה און פארט באוויזן צוזאמצונעמען די כוחות הגוף והנפש און ווערן טייל פון די בארא פארקער אידישע געמיינדע אין די ערשטע יארן ווען מען האט גענומען איבערפלאנצן אמאליגע חסיד׳ישע קהילות און מוסדות התורה אין די שטאט.

דערנאך האט מען געהערט די גייסטרייכע דרשה פון דעם נואם הכבוד, כ״ק הגה״צ רבי שמעלקא לייפער שליט״א אדמו״ר מחוסט, וועלכער האט באצויבערט דעם ריזן ציבור בדברי פי חכם חן.

דער חוסטער רבי שליט״א האט בתוך דבריו ארויסגעברענגט אז דאס וואס מען זעט דא אזא גרויסן קאלירפולן ציבור איז נישט קיין צופאל, נאר דאס ווייזט דעם הכרת הטוב וואס דער ברייטער ציבור שפירט פאר׳ן חשוב׳ן מרא דאתרא שליט״א, וועלכער איז אויך משמש אלס רב ומורה צדק אינעם מאימאנידעס שפיטאל, און איז כל כולו איבערגעגעבן למען הכלל והפרט ברוחניות ובגשמיות.

דערנאך איז פארגעקומען א

באזונדער איז צוגעשטאנען צו די רעכטע האנט פון די חברי הנהלה, דער חשוב׳ער איש חי ורב פעלים לכל דבר שבקדושה בחצרות סאטמאר אין לאנדאן, הרה״ח ר׳ יצחק מאיר קאפפעל הי״ו, יו״ר התאחדות אברכים שבת אחים ד׳סאטמאר, ומנאמני יהדות החרדית אין לאנדאן, וועלכער האט באגלייט די געסט און צוגעשטאנען צוהילף למען הצלחת המגבית.

אחרון חביב טוט זיך די הנהלת הישיבה שטארק באדאנקען און מכיר טובה זיין דעם חשוב׳ן איש המעש לכל קדשי בית סאטמאר, הרה״ח ר׳ משה אהרן האפפמאן הי״ו, יו״ר ועד הפועל מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג, וועלכער האט פון דאהי אין ניו יארק

מוזיקאלישע פארשטעלונג דורך דעם
 

לטובת הישיבה, האבן זיך איינגעקויפט אומשאצבארע זכותים וואס וועט זיי באגלייטן בכל עת ובכל זמן, ווי דער הייליגער מייסד הישיבה מרן רביה״ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי״ע האט מבטיח געווען, אז ווער ס׳וועט טוען פאר זיינע מוסדות וועט ער נישט שולדיג בלייבן.

ברוך אשר יקים את דברי התורה הזאת.

Tags
Sign Up for Updates
קהל עטרת צבי מליסקא
1449 50th Street
Brooklyn,  NY  11219
t. 718-436-5555
ChasideiLiska@Gmail.com
 
BB DESIGN & DEVELOPMENT