דער יו"ר, הרה"ח מוה"ר נפתלי בלומענבערג הי"ו, מחשובי מתפללי ביהמ"ד, האט פארגעשטעלט א חשוב'ן פערזענליכקייט, הרבני הנכבד והישיש, הרב אשר לעמיל עהרענרייך שליט"א, דער וועטעראן מנהל פון בית יעקב ד'בארא פארק קרוב צו 60 יאר לאוי"ט, ער זאל ארויפקומען רעדן לזכרו פון להבחל"ח ידיד נפשו, הרב החסיד המפו' רבי דוד גרינצווייג ז"ל, וואס די מסיבה איז געווען מוקדש לזכרו, ולע"נ בנו הרה"ח ר' יוסף גרינצווייג ע"ה.הרב עהרענרייך האט גאר רירענד ארויסגעברענגט דעם טייערן אנדענק פון ר' דוד גרינצווייג, פארשטעלנדיג וויאזוי ער האט איבערגעלעבט די מלחמה און פארט באוויזן צוזאמצונעמען די כוחות הגוף והנפש און ווערן טייל פון די בארא פארקער אידישע געמיינדע אין די ערשטע יארן ווען מען האט גענומען איבערפלאנצן אמאליגע חסיד'ישע קהילות און מוסדות התורה אין די שטאט.
דערנאך האט מען געהערט די גייסטרייכע דרשה פון דעם נואם הכבוד, כ"ק הגה"צ רבי שמעלקא לייפער שליט"א אדמו"ר מחוסט, וועלכער האט באצויבערט דעם ריזן ציבור בדברי פי חכם חן.דער חוסטער רבי שליט"א האט בתוך דבריו ארויסגעברענגט אז דאס וואס מען זעט דא אזא גרויסן קאלירפולן ציבור איז נישט קיין צופאל, נאר דאס ווייזט דעם הכרת הטוב וואס דער ברייטער ציבור שפירט פאר'ן חשוב'ן מרא דאתרא שליט"א, וועלכער איז אויך משמש אלס רב ומורה צדק אינעם מאימאנידעס שפיטאל, און איז כל כולו איבערגעגעבן למען הכלל והפרט ברוחניות ובגשמיות.
דערנאך איז געווען א מוזיקאלישע פארשטעלונג דורך דעם מלחין ובעל מנגן מו"ה מרדכי אילאוויטש הי"ו ממתפללי ביהמ"ד,צוזאמין מיט די חברה "ידידים" בראש פון מו"ה יעקב יוסף ארלנסקי נ"י, וואס האט פארגעשטעלט די פעולות פון די קהלה און פון דעם אורח הכבוד, האברך הנגיד ר' הערשי רובין הי"ו ממתפללי ביהמ"ד, וועלכער האט באקומען צוגעטיילט א פרס הכרת הטוב.
ביי די ענדע האט מען געהערט דברי ברכה פונעם רב שליט"א, וועלכער האט צוליב די שפעטע שעה מקצר געווען זיינע ווערטער, און האט מעומק הלב באדאנקט די פולע הונדערטער אידן וועלכע זענען געקומען שטיצן דעם מקום תורה ותפלה, ובפרט אין אזא שווערן זמן, נאך דעם שטורעם וואס האט פאראליזירט די שטאט, אין ער האט געוואנשען דעם ציבור זאל מצליח זיין בכל הענינים בזכות אבותיו הקדושים..
כ״ו בְּחֶשְׁוָן תשע״ח
|
Nisan 5773
|