Yahrtzeit of the Ach Pri Tevuah 5771 - Der Blatt - Otzar - Yiddish

Friday, August 12, 2011
Biography of the Ach Pri Tevuah in the honor of his Yortzeit in Der Blatt Otzar coverage of the weekly yortzeit of a tzadik
 

תולדות צדיק

מתולדותיו:

הגה״ק רבי צבי הירש מליסקא זי״ע, און ווי מ׳האט אים גערופן רבי הערשעלע ליסקער, בעל אך פרי תבואה, איז געבוירן צו זיין טאטן רבי אהרן זצ״ל וועלכער איז געווען באוואוסט אלס אן ערליכער איד און צו זיין מאמע, די באוואוסטע צדיקת מרת שרה ע״ה.

דאס הייליג קינד איז זיי געבוירן געווארן אין יאר תקס״ח אין שטאט אוהעל, דעמאלט ווען די שטאט האט אויפגעלויכטן מיט׳ן אנקום פון הגה״ק בעל ישמח משה מאוהעל זי״ע דארט מכהן צו זיין ברבנות. רבי אהרן איז געווארן אזוי נאנט צוגעבינדן צום נייעם רב, אז ער האט דעם קינד א נאמען געגעבן נאכ׳ן טאטן פונעם ישמח משה זי״ע - צבי הירש. דאס איז הגה״צ רבי צבי הירש זצ״ל פון פרעמיסלא, וועלכער איז שפעטער געווען רב אין זבארוב.

דאס קינד איז שפעטער געווען א תלמיד מובהק פון הייליגן ישמח משה זי״ע און כל ימיו האט ער זיך געפירט מיט די מנהגים פונעם ישמח משה. אינטרעסאנט איז אז אין זיין ספר ברענגט ער אסאך מאל דברי תורה פון זיין רבי׳ן, אבער נאר איינמאל דערמאנט ער אים אלס ״מורי״. זעט אויס אז ער האט נישט געוואלט אנרופן דעם ישמח משה אלס זיין רבי צוליב זיין גרויס עניוות.

ער איז אויך געווען א תלמיד פון הגאון הגדול רבי צבי הירש חריף זצ״ל,

דער באניהאדער רב, דער מחבר פונעם ספר טוב גיטין.

ער איז געפארן צו רוב צדיקים פון זיין דור, ווי די צדיקים וקדושים רבי צבי הירש פון רימנוב, רבי מאיר׳ל פון פרעמישלאן, רבי ישראל פון רוזשין, רבי שלום פון בעלזא, דער בעל דברי חיים פון צאנז און נאך, וואס זיי האבן גאר שטארק געהאלטן פון אים און זיי האבן מפליג געווען זיין גרויס קדושה.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת קריינטשא ע״ה, די טאכטער פון ר׳ יצחק הכהן ז״ל.

ער האט געדינט אלס רב אין די ק״ק ליסקא, וואו ער איז אויך געווען א רבי פאר הונדערטער חסידים און ער האט מרביץ געווען תורה וחסידות פאר אידן וואס האבן זיך מסתופף געווען בצלו. ער איז געווען פון די גאוני דורו מיט זיין גרויס חריפות. אידן פון איבעראל זענען געקומען זען זיין עבודת הקודש מיט השתפכות הנפש.

ער האט אוועקגעטיילט זיין גאנץ פארמעגן פאר צדקה. ער איז געווען אן עמוד גמילות חסדים. ער איז געווען א רב רבנן און גרויסע רבנים און רבי׳ס האבן זיך מסתופף געווען בצילו. ער ווערט פאררעכענט אלס דער דריטער פארשפרייטער פונעם דרך החסידות אין אונגארן. דער ערשטער איז געווען הרה״ק רבי אייזיקל קאלובער זי״ע, דער צווייטער זיין רבי דער ישמח משה זי״ע און רבי הערשלע ליסקער זי״ע איז געווען דער דריטער.

צווישן זיינע תלמידים ווערן פאררעכענט די צדיקים: רבי ישעי׳לע קערעסטירער, רבי הירצקעלע ראצפערטער, רבי שמואל קאמאדער, דער בעל בית שערים, דער בעל קול ארי׳, דער בעל תבואות השדה, דער בעל לבושי מרדכי, דער בעל יד יצחק, דער בעל בית היוצר, דער בעל אבני אליהו, דער בעל מעטה נפתלי, ועוד.

ער איז נסתלק געווארן אור ליום י״ד מנחם אב אין יאר תרל״ד, אין עלטער פון בערך 66 יאר, און ער ליגט באהאלטן אין די שטאט ליסקא.

אויף זיין מצבה שטייט אויסגעקריצט:

פ״נ הרב המאוה״ג הגאון הקדוש מו״ה צבי בן מוה״ר אהרן ז״ל אב״ד דפה הקהלה. צדיק יסוד העולם, נר ישראל והדרו, רבים הלכו לאורו, רכב ישראל ופרשיו, חכם הדור, אוהב ישראל, משכיל אל דל, משביר לכל עם הארץ, חסיד ועניו, בוצינא קדישא חסידא ופרישא, חריף ובקי בנגלה ובנסתר, נפטר אור לי״ד מנחם אב שנת תרל״ד לפ״ק, ת. נ. צ. ב. ה.
 

ממשפחתו ווצאיחלציו:

רבי הערשלע פלעגט דערציילן איבער זיין מאמע, די צדיקת שרה, וועלכע איז געווען באקאנט אין אוהעל אלס ״שרה די בעקן״ ע״ה, אז זי פלעגט אויפשטיין אסאך יארן ביי חצות לילה און געוויינט אויף גלות השכינה און מיט די טרערן פון די אויגן האט זי אפגעוואשן זיין שטערן ווען ער איז נאך געווען א קינד.

אויך האט ער דערציילט אז ער האט קיינמאל נישט געזען זיינע עלטערן רעדן איינער מיט׳ן צווייטן, נאר איבערן חינוך פון זייערע קינדער.

זיין פאטער רבי אהרן איז נפטר געווארן ווען ער איז אלט געווען אכט יאר, אין כ׳ אב תקע״ו.

רבי הערשלע ליסקער זי״ע האט מיטגעמאכט אסאך צער גידול בנים. ער האט געהאט זיבן זין וואס אלע זענען אוועק אין יונגן עלטער. צווישן זיי האט ער געהאט זיין עלטסן זון אהרן, וועלכער איז נפטר געווארן אלס קינד פון 12 יאר אלט. אין אך פרי תבואה פרשת תצא ברענגט ער א ווארט פון דעם זון.

זיינע טעכטער זענען געווען:

א) הענא ע״ה די רביצין פון הרה״צ רבי יוזעפף גאלדבערגער זצ״ל, א זון פון הרה״צ רבי יצחק פון ראצפערט און אן אייניקל פון הגה״ק רבי זאב דער ראצפערטער רב, וועלכער איז געווען א תלמיד פון הרה״ק רבי אייזיקל קאלובער זי״ע, און רבי אייזיקל קאמארנער זי״ע שרייבט איבער אים גאר גרויס אין זיין הייליגן ספר היכל הברכה פרשת מטות. צווישן די קינדער פון רבי יוזעפף זענען געווען: הרה״צ רבי זאב וואלף זצ״ל, דער מחבר פונעם           (פארזעצונג אויף זייט 3)                

עונדות וע3ימם:

דער וואונדערליכער צדיק רבי הערשלע ליסקער זי״ע האט געהאט פילזייטיגע גדלות, סיי אין תורה, אין עבודה און גמילות חסדים. אויך האט מען ביי אים געזען רוח הקודש און געווען א פועל ישועות בקרב הארץ. מיר וועלן דא אראפברענגן פארשידענע אינטרעסאנטע מעשיות וואס ווערט דערציילט פון זיינע אפענע רוח הקודש און פון ישועות וואס ער האט גע׳פועל׳ט פאר אידישע קינדער, ווי עס שטייט אין פסוק ותגזור אומר ויקם לך.

געשיקט שלוחים צו ראטעווען ר׳ אייזיק

א וואונדערליכע מעשה ווערט דערציילט אין ספר נפלאים מעשיך פון הרה״ח בנש״ק ר׳ פרץ לעפקאוויטש הי״ו פון אנטווערפן וואס ער האט געהערט די מעשה פון זיין זיידן הרב החסיד ר׳ יעקב יוסף לעפקאוויטש ע״ה.

זיין טאטע, ר׳ אייזיק, איז געווען א גרויסער סוחר, און ער פלעגט פארן צו די יריד׳ן צו מאכן גרויסע געשעפטן. יעדעס מאל וואס ער איז אוועקגעפארן צו א יריד פלעגט ער קודם נעמען א ברכה פון זיין הייליגן רבי׳ן רבי הערשלע ליסקער זי״ע וואס ער איז געווען צו אים שטארק אדוק ומקושר.

איינמאל בעפאר ער איז אוועקגעפארן צו א יריד, איז ער געפארן קיין ליסקא ווי געווענליך צו באקומען א ברכה פון זיין רבי׳ן. צווישן אנדערן האט אים זיין רבי געזאגט: ווען דו וועסט זיין אינמיטן וועג און דו וועסט זען צוויי זשאנדארן זאלסטו זיי פארבעטן אז זיי זאלן ארויפקומען אויף דיין וואגן. די מיסטריעזע ווערטער פון זיין רבי׳ן האט ארויסגערופן וואונדער אין זיינע אויגן, אבער ער האט נישט נאכגעקלערט נאך די ווערטער פון זיין הייליגן רבי׳ן.

ווען ס׳איז אנגעקומען דער מארק- טאג, דער טאג פונעם יריד, איז ער קודם געפארן קיין בערגסאז ארויסצונעמען א סומע געלט פון די באנק, וואס דער באנק האט זיך געפונען אינמיטן וועג. ווען ער איז צוריק אהיימגעקומען האט ער אינמיטן פארן געזען צוויי זשאנדארן גייען אויפ׳ן וועג. האט ער זיך גלייך דערמאנט וואס זיין הייליגער רבי האט אים באפוילן און ער האט זיי פארבעטן אז זיי זאלן ארויפקומען אויף זיין וואגן, און זיי האבן גלייך מסכים געווען דערצו.

ווען ער איז אנגעקומען צו זיין הויז האט ער געגעבן פאר די צוויי זשאנדארן צו עסן און צו טרונקן, און נאכדעם

Download
8/16/2011 - ט״ז בְּאָב תשע״א
Tags
, , , ezra friedlander
Sign Up for Updates
קהל עטרת צבי מליסקא
1449 50th Street
Brooklyn,  NY  11219
t. 718-436-5555
ChasideiLiska@Gmail.com
 
BB DESIGN & DEVELOPMENT