יארצייט פון כ״ק אדמו״ר הגה״צ רבי יוזפא פריעדלענדער זצוק״ל מליסקא תשפ״א

כ״ח בִּשְׁבָט תשפ״א

 

 

מיטוואָך פּרשת משפּטים, כ"ח שבט, פאַלט אויס די 50'סטע יומא דהילולא פון כ''ק אדמו''ר מליסקא רבי יוזפא פריעדלאנדער זצוק''ל, וועלכער איז געווען אַ לעצט-פאַרבליבענער צווייגל, ענף מאילנא דחיי פון די הייליגע ליסקער דינאסטיע און האָט נאך די קריג מחדש געווען אורו של חסידות ליסקא אויפ'ן אַמעריקאַנער באָדן.

היות עס איז שוין דורך אַ גאַנצן יובל שנים זינט דער ליסקא רבי זצ"ל איז נסתלק געוואָרן בדמי ימיו, אין פריצייטיגן עלטער פון 53 יאָר, און עס זענען שוין דאָ עטליכע דורות "אשר לא ידע את יוסף", וועלכע האָבן נישט געקענט קענען דעם צדיק נשגב פּאר מקדושים, איז אַ דבר בעתו איצט לכבוד די הילולא צו ליינען אַן איבערזיכט אויף מעשי ידי חייו, אָנגעהויבן פון זיין הייליגען יחוס עד למעלה ראש.

 

 

הגה"ק ה'אך פּרי תבואה' מליסקא זי''ע

 

דער נאמען ''ליסקא'' איז פארהייליגט געווארן אין די חסידישע וועלט, צוליב וואס אין איר שטאט האט געוואוינט דער קדוש עליון איש אלקים, הגה''ק רבי צבי הירש מליסקא זי''ע בעל אך פרי תבואה פון די מייסדי ועמודי החסידות אין אונגארן.

רבי הערשעלע זי''ע, ווי ער איז באקאנט געווארן אין די חסידישע וועלט, איז געבוירן געוואָרן אין אוהעל, צו זיינע עלטערן החסיד וירא אלקים רבי אהרן זצ''ל, און זיין מוטער הצדיקת שרה'לע ע''ה, וועלעכע איז גערופן געוואָרן "שרה די בעקערין" און איז געווען באקאנט אלס גרויסע בעלת מדריגה ומנשים צדקניות שבדור. נאך איר פטירה פלעגן מענטשן ארויסגיין מתפלל זיין אויף איר ציון און מען איז דארט געהאלפען געווארן בדבר ישועה ורחמים.

דער בעל אך פרי תבואה זי''ע איז געווען א תלמיד מובהק פון הגאון הקדוש בעל ישמח משה זי''ע מאוהעל, פון וועמען ער האט מקבל געווען דרכי התורה והחסידות. ער האט זיך באזעצט אין ליסקא וואו ער איז געווארן פון די ערשטע רבי'ס ממשיכי דרך הבעש''ט הקדוש אין אונגארן און ער האט מפיץ געווען מעייני התורה והחסידות פאר אלפים ורבבות חסידים. אויך איז ער געווען מפורסם אלס פועל ישועות ומופת הדור. ער איז נסתלק געווארן ביום י''ד אב שנת תרל''ד, ומנו''כ אין ליסקא, ווי אהין מען פארט נאך בימינו היום להשתטח על קברו, ולהוושע בזכותו.

 

 

כ"ק הגה"ק בעל 'טל חיים' מליסקא זי''ע

 

נאכ'ן הסתלקות פונעם אך פּרי תבואה זי''ע איז אויפגענומען געווארן למלאות מקומו, חתנו הגאון הקדוש רבי חיים מליסקא זי''ע,וועלכער איז באקאנט געווארן אויפ'ן נאמען פון זיין ספר ''טל חיים''.

דער בעל טל חיים איז פונקט ווי זיין גרויסע שווער געווען מפורסם מיט זיין געוואלדיגע גאונות, מיט זיין גרויס צדקות וקדושה, און אלס פועל ישועות. אין זיין ספר טל חיים והברכה אויף רוב סוגיות הש"ס זעהט מען זיין אויסטערלישע שטארק חריפות און בקיאות, זיין געוואלדיגע כח החידוש איז געוועזען מיט גרויס עמקות און פלפול גג על גג.

דרייסיג יאר איז דער טל-חיים געזיצן אויפ'ן כסא הרבנות והאדמורו''ת אין די שטאט ליסקא און זיין השפעה האט דערגרייכט איבער די גאנצע מדינה און ארום, ביז יום ט' אייר תרס''ד ווען ער איז נסתלק געווארן לישיבה של מעלה. ער איז נטמן געווארן בבית החיים בעיר ליסקא אינעם אהל הקדוש פון חותנו הרה"ק מליסקא זי"ע.

 

 

הגה"ק בעל שערי הישר מליסקא זי''ע הי"ד

 

נאָכ'ן הסתלקות פונעם טל חיים האט איבערגענומען בנו הגדול הגה"ק רבי צבי הירש השני מליסקא זי''ע הי''ד, וועלכער איז געבוירן געוואָרן בשנת תרל''ה אין יאר פונעם הסתלקות פונעם סבא קדישא בעל אך פרי תבואה זי''ע און איז גערופען געווארן על שם קדשו.

בשנת תרנ''ט איז ער ער אויפגענומען געווארן אלס אבדק''ק גאווע און האט דארט געפירט זיין רבנות ביד רמה במשך פינף יאר. (זיין פאטער בעל טל חיים זי''ע האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: "מיין הערשל איז רב אין גאווע – אבער גאווה האט ער נישט!") אויך האט דארט אנגעפירט א ישיבה ביז שנת תרס''ד ווען ער איז נתמנה געווארן למלאות מקום אביו הק' זי''ע.

רבי הירש זצ"ל איז געווען אחד המיוחד מגאוני וצדיקי דורו, באקאנט מיט זיין גדלות בתורה ובצדקות. אויך האט ער געשמ'ט אלס דרשן מופלג ורבים נתעוררו על ידו.

עס ווערט דערציילט איבער זיינע גרויסע מדרגות ורוח הקודש שהופיעה בבית מדרשו, אז איינמאל איז אים אויסגעקומען צו זייין אין בערלין, דייטשלאנד, לצורך רפואה פאר זיין רביצין ע''ה, האט ער דאן געהאלטען א 'דרשה' אין איינע פון די בתי מדרשים אין שטאט ובתוך דבריו האט ער געשטורעמט: "איך שפּיר אַ כח הטומאה וואס וועט ארויסגיין פון דעם פּלאַץ וואס וועט נישט גוט זיין פאַר אידן!"

דאס איז געווען איידער דער צורר כל היהודים היטלער ימ''ש האט זיך געהויבן דעם קאפּ!

ביי די קריג יארן איז געווען א מעגליכקייט אים צו ראטעווען אבער ער האט געזאגט אז ער וויל נישט איבערלאזן זיין קהלה און זיינע חסידים, און ער איז אוועקגעפירט געווארן אין אוהעלער געטא, וואו ער איז אומגעקומען אין עלטער פון זיבעציג יאר על קידוש השם, ה' ימקום דמו, ז"ך אייר תש"ד.

בחסדי השי''ת איז געבליבן א צווייגל, ענף מאילנא דחיי פון די הייליגע ליסקער דינאסטיע, כ''ק אדמו''ר רבי יוזפא פריעדלאנדער זצוק''ל זי"ע בנו יקירו פון בעל שערי הישר זי''ע הי"ד.

 

 

כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק רבי יוזפא פריעדלאנדער זי"ע

 

דער ליסקער רבי זצ''ל איז געבוירן געוואָרן שבת הגדול שנת תרע''ח און איז נתגדל ונתחנך געווארן דורך זיין גרויסן פאטער, וועלכער האט אים פארגעברייט אויסצווואַקסן אַ גדול ומנהיג עדה בישראל.

אין עלטער פון טו''ב שנים איז ער נסמך געווארן להוראה דורך הגאונים הצדיקים: רבי דוד דוב מייזליש מאוהעל זצ''ל בעל בנין דוד, רבי שלום ווידער מנירעדהאז זצ''ל און רבי יחיאל מיכל פריעד מאויוואר זצ''ל, אבער צוליב זיינע יונגע יארן האבען זיי געווארט ער זאל צוערשט ווערן בן עשרים שנה, און טאקע חודש אדר דשנת תרצ"ח האט ער ערהאלטן די מכתבי הורמנא..

עס איז מערקווירדיג די גרויסע לשונות התפעלות מיט וואס די גדולי הרבנים באטיטלען דעם יונגען תלמיד חכם, ווי דער בנין דוד זצ''ל שרייבט אין זיין הורמנא: ''הבחור חמד חריף ובקי גדול בתורה יראת ה' הוא אוצרו בנן של קדושים וכו' .. וכבר נודע לי הב' הנ''ל לזרע ברך ה' לומד באורייתא תדירא ושמו יודע לשבח... און דער גאון וקשיש שרייבט זיך אונטער ''כה דברי הכותב לכבוד תורתנו הקדושה ולומדי בטהרה''!

בלויז עטליכע חדשים פריער ר"ח כסלו תרצ"ח איז זיין מוטער, די גרויסע בעלת חסד הרבנית הצדיקת מרת גיטל ע"ה נפטר געווארן. זי איז געוועהן א טאכטער פון הנגיד הגביר מו"ה יצחק אייזיק בערגער ז"ל פון די ראשי קהילה אין שטאט ה'-מאד, וועלכער איז געווען אן איידעם ביי דעם גרויסן גאון רבי שמעון ליכטענבערג זצ"ל מגדולי תלמידי החתם סופר זי"ע.

איצט ווען ער איז געוואָרן אַ יתום איז ער כאָטש געווען באַרייכערט מיט די שיינע כתבי הורמנא און מען האָט אים אָנגעהויבן ערנסט רעדן שידוכים. אָבער פון הימל איז געווען באַשערט – ביקש לישב בשלוה על התורה ועל העבודה, דערווייל קפץ עליו רוגזה של "מונקא-טאבור".

 

 

"מונקא טאבור" ערקלערט

 

דעמאלט איז ארויס אַ ניי מיליטערישער געזעץ אז אפילו געוועזענע אידישע זעלנער דארפן זיך פריש איינשרייבן אין מיליטער דינסט.

דאָס געזעץ אין אונגאַרן האָט שוין ביז דאַן אויך געלויטעט אז יעדער איד דאַרף דינען אין מיליטער. אָבער ביז דאַן איז דער סיסטעם געווען אַז יעדער בחור האָט געדאַרפט איינרוקן אין מיליטער און דינען אַ יאָר, צוויי אדער דריי און דערנאָך איז מען געווען באַפרייט אויפ'ן גאַנצן לעבן.

איצט האָבן די אונגאַרישע קאַרפּן קעפּ געוואָלט שפּילן אויף ביידע זייטן: זיי האָבן געוואָלט צייגן סימפאַטיע פאַר דייטשלאַנד און דערפאַר האָבן זיי פּראָקלאמירט אַ געזעץ אַז פון היינט און ווייטער איז פאַרבאָטן פאַר אידן צו דינען אין מיליטער... דאָס איז געקומען באַגלייט מיט אַן אָפיציעלן אַנטיסעמיטישן אויסרייד אַז אידן זענען נישט גענונג געטריי און פארלעסליך; מען קען זיי נישט געטרויען צו דינען אין די אונגארישע ארמיי.

פון די אַנדערע זייט האָבן זיי באפרייען די אידן אויך נישט געוואלט, האָט מען זיי אַריינגענומען אין צוואַנגס-ארבעט, וואָס האָט געהייסן "מונקאַ טאַבור" און אַזוי האָט מען געשאָסן צוויי פויגל מיט איין שאָס: אין מיליטער זענען זיי נישט געווען, אָבער געאַרבעט פאַר די רעגירונג האָבן זיי יאָ. "מונקאַ טאַבור" איז דאָס אונגאַרישע וואָרט פאַר "אַרבעטס לאַגער" אדער קאָנצענטראציע לאַגער".

וויבאַלד עס איז נישט געווען אַן אָפיציעלע מיליטערישע אַפּטיילונג, האָט מען געקענט אַריינרופן אפילו אידן וואָס האָבן שוין אָפּגעדינט זייער מיליטערישן טערמין. אָנגעבליך האָט געהייסן אַז צום ווייניגסטנס איז דאָס אַ בענעפיט אַז מען דאַרף נישט גיין זיך שלאָגן אויפ'ן "פראָנט", וואָס האָט געברענגט אַ שטיקל באַרואיגונגס געפיל פאַר די אידן אַז זיי וועלן נישט אויסשטיין די טעגליכע סכנות פון קעמפן אין שלאַכט פעלט. וואָס איז יאָ געווען זייער אויפגאַבע? אַלע ערליי בוי אַרבעט, און דאָ איז געליגן דער הונט באַגראָבן:

בוי-אַרבעט האָט אויך באַדייט גראָבן שוץ-גריבער ממש אויפ'ן פראָנט קעגנאיבער איבער דעם פיינט. אויך האָט עס באַדייט זוכן און אויסרייניגן מינעס. איינמאָל מען איז געווען אויפ'ן פראָנט, אפילו מען האָט נישט געדאַרפט שטיין פּנים אל פּנים מיט'ן שונא איז מען אָבער יעדע רגע געווען אין אַ סכנה פון די קוילן און קאַנאָנען וועלכע זענען געפלויגן העכער זייערע קעפּ. וויבאַלד די בוי-אַרבייטער פון מונקאַ-טאַבור האָבן ענדגילטיג געטון אַרבעט אויך פאַר'ן מיליטערישן געברויך, איז דאָס דאָס שוין אַריינגעפאַלן אונטער מיליטערישן אויפזיכט וועלכע האָבן דאָס פאַררעכנט ווי אַן אָפיציעלער אומאָפיציעלער באַטאַליאָן מיט'ן נאָמען "מונקא סאזאד" וואָס דער טייטש איז "אַרבעטס-אידן".

אונגאַרן האָט אַרויסגעשיקט איינרוף-צעטלעך צו אַלע אַמאָליגע אידישע מיליטערלייט, וועטעראַנען וועלכע האָבן נאך געדינט אין די ערשטע וועלט מלחמה, אינעם עסטרייך-אונגארישן מיליטער, און זענען שוין איצט געווען עלטערע מענטשן, אז זיי מוזן זיך פריש קומען שטעלן אין מונקאַ-טאַבור.

די אונגאַרן האָט דאָך געאַרבעט האַנט ביי האַנט מיט די נאַציס און אונטער דעם "מונקא סאזאד" פּראָיעקט איז געליגן אַ צווייפאַכיגער בייזוויליגער געדאַנק: ערשטנס איז נישט געווען קיין אידיש הויז אשר אין שם מת ר"ל. אין יעדע הויז האָט געפעלט אדער דער טאטע, אדער אַ ברודער אא"וו. אויב דער טאַטע אָדער עלצטער ברודער איז געווען דער ברויט-געבער פון שטוב, איז נעבעך דער גאַנצער שטוב צעבראָכן געוואָרן ל"ע. צווייטנס, זענען טויזנטער פון די "מונקא סאזאד" איינגערוקטע פריער געווען אידישע ביזנעסלייט און מיט'ן אַריינרופן אין מיליטער האָט די אונגאַרישע רעגירונג געשאָנקען אַ געשאַנק פאַר זייערע אונגאַרישע גויאישע ביזנעסלייט – מען האָט עלימינירט זייער אידישן קאנקורענץ.

די ארבעט אין ראַמען פון מונקא-טאבור איז געווען ממש אומדערטרעגליך. אידן זענען אינגאנצן נישט געווען געוואוינט צו אזעלכע שווערע און ביטערע ארבעט. מען האָט געדאַרפט שטיין אין היצן און קעלט און בויען שאסייען און בריקן. די פּנימ'ער פון איידעלע בחורים, יונגעלייט, שוחטים, סופרים אד"ג זענען פּלוצלינג פארענדערט געוואָרן אינגאַנצן, נישט צום דערקענען. אידן וואס האבן נאך אין זייער לעבן נישט געהאלטן אין די הענט אַ האַק אדער האַמער, האבן יעצט געדארפט שטיין קרוב צו פופצן שעה אַ טאג און אויספירן די ביטער שווערע ארבעט אונטער די אויפזיכט פון אונגאַרישע באַרבאַרן. די אויפזעער זענען געווען גרויסע רשעים – וואָס מער סאַדיזם זיי האבן ארויס געוויזן כלפי די אומבאהאלפענע אידן, אַלץ אַ העכערע ראַנג זענען זיי דערהויבן געווארן ביי זייערע הערן.

די אידן וואָס האָבן נעבעך געאַרבעט עבודת הפּרך האָבן אין די זעלבע צייט נאָך אַלץ געדארפט צושטעלן ברויט און מילך פאַר זייער שטוב וואס זיי האבן נעבעך איבערגעלאזט אינדערהיים ווי אויפ'ן וואסער – און זיי האבן דאָס ליידער נישט געקענט טון. עס פלעגט אריבערגיין וואכן און חדשים און די משפחה האט נישט געהערט פון זייער מאן/קינדער.

איין מונקא-טאבור איז געווען אנדערש ווי די צווייטע מיט אירע שטרענגקייטן. דאָרט וואו די אַרבעט איז געווען גרינגער איז דאָס נישט געווען פון גוטסקייט, נאָר וויבאַלד די אויפזעער פון דעם לאַגער האָבן איינגעזען אַז פייער זייער אייגענעם וואוילזיין איז בעסער פאַר זייערע אונטערטאַנען זיך צו באַפאַסן מיט גרינגערע אַרבעט.  

 

קפץ עליו רוגזה של מונקא טאבור

דעם ליסקא רב האט מען ארעסטירט זומער צייט ערגעץ אינמיטן חודש אב שנת ת"ש. ווארשיינדליך האט מען אים ארעסטירט וויבאלד ער האָט נישט געענפערט די רעגירונגס פארלאנגען אז ער זאָל איינרוקן צום מיליטער דינסט. ער איז דאן געשיקט געווארן צום שאַראַש-פּאָטאַק מונקא טאבור.

אינדרויסן פון די שאַראַש-פּאָטאַק גרעניצן האט דער אונגארישער מיליטער איבערגעבויט א קליינע לופטפעלד, און פאר די שווערע ארבעט פון בויען די שטראָזן און די טערמינאַלן געביידעס האבן זיי גענוצט די פאַרפּלאָגטע אידן וועלעכע האָבן געמוזט אַרבעטן איבער זייערע כוחות. אלע 'טאַבוריסטן" האָבן געקענט גיין אָנגעטון מיט זייערע ציווילע קליידונג אבער האָבן געמוזט אָנהויבן אַן אָרעם-באַנד מיט אַ מגן דוד. די ביטערע שווערע ארבעט איז דורכגעפירט געוואָרן אונטער שווערע באַוואָפענטע וואַך.

די מונקא-סאַזאָד אידן וועלעכע האבן געארבעט ביים שאַראַש-פּאָטאַקער מונקא-טאבור, האבן געהאט די ברירה אַהיימצוגיין אויף שבת און זונטאג, ואחת דתו אויב מ'האט זיך נישט צוריק איינגעמאלדן מאנטאג אינדערפרי זייגער זיבן. עסן האבן די דזשאָנדאַרן געלאָזט די פאַמיליעס ברענגען. די צוויי "וואוילע טאַטן" האָבן זיי נישט געטון לטובת אידן, נאָר אַזוי האָבן זיי זיך געשפּאָרט פון דאַרפן צו שטעלן אזויפיל עסן. דער וואס האט נישט געהאט קיין מעגליכקייט אז זיין פאַמיליע זאָל אים ברענגן און האבן זיך פארלאזט אויף די עסן פונעם לאַגער, איז טאַקע געווען אַ גרויס רחמנות ווייל מען האָט באַקומען זייער מאָגערע פּאָרציאָנען.

חודש ניסן פון יאר תש"א, נאך פּסח, האט מען אריבערגעפירט דעם ליסקא רב קיין אונגוואַר. דאָרט איז ער נישט געווען צו לאַנג, ווייל קורץ דערנאך האט מען זיין באַטאַליאָן געשיקט קיין ביסטריץ וואו מ'האָט זיי ווייטער אַנגאַזשירט צו שווערע קאָנסטרוקציע ארבעט.

אין 942' איז די שלאַכטן פון די צווייטע וועלט קריג אָנגעקומען צום ראָסטאָוו-קאַרקאָוו ראַיאָן, וואו נאַצי-דייטשלאנד געפירט אַ בלוטיגען קאַמף מיט רוסלאנד. ווי עס איז דער שטייגער אין אַ קריג איז דאָ בעסערע און ערגערע צייטן פאַר אַלע זייטן. אַמאָל געווינט מען שטחים און אַמאָל פאַרלירט מען. דער קאַמף איז געווען זייער האַרטנעקיג אונגאַרן האָט אַרויסגעהאָלפן דייטשלאַנד דורך טראַנספערירן טויזנטער צעבראָכענע און אָפּגעשוואַכטע אידן צום ראָסטאָוו-קאַרקאָוו שלאַכט-פעלד. צווישן  זיי איז געווען דער ליסקא רב וועלכער איז אַזוי אַריינגעפאַלן אונטער דעם דירעקטן באַפעל פון נאַצי זעלנער, ווייל דאָרט זענען אויך די אונגאַרישע אָפיצירן געווען אונטער די נאַצישע מאַכט.

דער רבי זצ"ל איז דאָרט, בתוך שאר אסירי ישראל געווען געצוואונגען צו טון גאר שווערע ארבעט אונטער די דייטשע ליניעס, גראָבן שוץ בונקערס, אנטי-טאנק טרענטשעס, באַגראָבן אָדער זוכן פעלד מינעיס, לייגן שטעך דראטן, און אזוי אויך אַרויפלאָדענען און אָפּלאָדענען אַמוניציע פאַר די דייטשן. 

ווען די דייטשן האָבן זיך געמוזט צוריקציען האָט מען מיטגעשלעפּט אויף צוריק אויך די אידן וועלכע זענען אויסגעשטאנען די געפערליכסטע אומשטענדן; זיך געדארפט שלאָגן מיט'ן מלאך המות אויף טריט אין שריט, יעדע שעה פון טאָג, דאָס איז אויסער די אַנדערע ליידענישן פון שווערע הונגער, ביטערע קאלטע פרעסטן, שוואכע ווינטער-קליידונג, אייז-קאלטע שלאָף-כאַטקעס, קרענק פיזיש און גייסטיש און אין אזעלכע מצבים איז מען נאָך געווען געצוואונגען די שווערסטע פיזישע אַרבעט.

דער ליסקא רבי איז געווען געצוואונגען צו הייבן שווערע וואָג פון אמוניציע און דאָס טראָגן אויף די פּלייצעס לאנגע שטרעקעס אויפאַמאָל, ווען יעדע סעקונדע שפּירט מען אַז מען אָדער שטארבן פון הונגער, קעלט, אדער פון די ארבעט זעלבסט. טייל מאל איז דער רב צעשלאָגן געוואָרן דורך די נאציס מיט ברוטאלישע רציחות. עס איז ווערד אָנצומערקען אַז דער רבי זצ"ל האָט יאָרן שפּעטער געליטן ערנסטע קאָנסעקווענצן פון די שווערע צייטן, אָטעם שוועריקייטן, שטארקע סיזשערס און האַרץ פּראָבלעמען ל"ע.

ענדליך חודש אלול תש"ג איז דער רב באַפרייט געוואָרן דורכ'ן מיליטער פון מונקא-טאַבור. ווען ער איז אָנגעקומען צוריק אהיים קיין ליסקא איז ער געווען הויט און ביין, אויסעענדיג מער אַ  לעבעדיגער בר-מינן.

כדי נישט צו ווערן נאכאמאל אַריינגעשלעפּט אין מיליטערישע דינסט האָט דער רבי זצ"ל געאַרבעט אויף צוויי פראָנטן: ערשטנס צו באַקומען אַ שריפט צעטיל פון א דאקטאר אַז ער איז אַ גייסטיש-ליידענדער פּערזאָן און נישט פעאיג צו קיין שום ארבעט; און צווייטנס: צו באַקומען אַ רבנות פּאָסטן אין אַ שטאָט. ער  האָט פריער געהאט אַוועקגעשיקט אַ הערליכן בריוו מלא מליצות וחרוזים צו די ראשי קהילה פון סאבאסלוי, דאטירט ג' ראה שנת תש"ב, אין וועלכן ער בעט מען זאָל אים שענקען דעם רבנות אַמט. זעט אויס אַז דאָס איז צושטאַנד ווערענדיג פאַרשלעפּט צום רוסישן פראָנט. אָבער איצט האָט השי"ת געהאָלפן ביידע: ער האָט סיי באַקומען דעם צעטל פון דאָקטאָר און סיי אויפגענומען געוואָרן אויפ'ן רבנות שטוהל פונעם שטעטל ערדא-בעניא.

 

דער בעלזער רב רוימט אַריין אין אויער

הארט נאך די ימים טובים פון שנת תש"ד האט מען אנגעטראגן פאַר'ן רב דעם שידוך מיט הרבנית הצדיקת נחמה ע"ה, פון די שטארק מיוחס'דיגע 'פרענקל' משפחה. דער שידוך שליסן איז פארגעקומען אין בודאפעסט, ווי דער צוקונפטיגער שווער הרב הצדיק רבי אברהם יהושע העשיל פרענקל זצ"ל הי"ד  אדמו"ר מהיבנוב-לובלין, אַ בן-אחר-בן ביז'ן חכם צבי' זי"ע, און אַן אייניקל פון הצדיקים הקדושים: ליזענסק, בארדיטשוב, אפטא, לובלין, קאזשניץ, בעלזא, ועוד זי''ע. דער היבנובער רבי זצ''ל איז געווען געערט און געשעצט אלס צדיק תמים וממיוחסי הדור, ער איז אויך געווען א מחותן מיט הרה''ק רבי אהרן מבעלזא זי''ע, ווייל זיין זון הגה"ק רבי שמואל זצ"ל הי"ד איז געוועהן אַן איידעם ביים בעלזא רב. דער היבנובער רב איז דאן געקומען צופארן פון מונקאטש, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן זינט ער האט געפליכטעט אהין פון וויען, עסטרייך.

דער אבי החתן דער "שערי הישר" איז נישט געפארן צום שידוך שליסן אבער האט געשיקט זיינע קינדער צו ענדיקן דעם מקח טוב. באותו פרק איז דער רבי אריין צום בעלזא רב נעמען ברכת קדשו. קודם איז ער אריין צום בילגורייער רב וואו ביידע האָבן זיך אריינגעלאזט אין א תורה'דיגען שמועס. יארן שפעטער דערמאנט דאס דער בילגורייער רב אין א בריוו צום ליסקא רב, דאטירט ב' פ' וירא תש"ט, ת"א: "זכרתי ימים מקדם כשהשעשעתי עמו בדברי תורה בפעסט, וכ"ק חותנו הה"צ מחותני ש"ב היחסן מוה"ר אברהם'לע זצ"ל נתן אומן בי לקרב השידוך בתארו הדבר לענבי הגפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל". 

דערנאך זענען זיי אלע אריין צום בעלזא רב. ווען מען האָט מזכיר געווען וועגן דעם שידוך האָט דער בעלזער רב זיך אויפגעהויבן פון זיין בענקל און געזאָגט אַז דאס איז פאר אים א גרויס חשיבות וויבאלד די ליסקא גזע איז נאכנישט געווען אין די בעלזער משפחה. דער בעלזער רב האט דאן מדגיש געווען אז באמת האט ער א שטארקן רצון פוקד צו זיין דער ציון הקדוש פון בעל אך פרי תבואה זי"ע, ווי אויך זיך טרעפען פנים אל פנים מיט'ן ליסקא רב בעל שערי הישר, נאר מחמת די שווערע צייטן און סכנה'דיגע וועגן איז לא איסתייע מילתא.

דער בעלזער רב איז געווען דעמאלט אין זייער אַן אויפגעלייגטע לאַגע. די בני המשפחה פון ביידע צדדים האבען געשמועסט געמיטלעך. נאך אַן ערך פון צוואנציג מינוט איידער מען האָט זיך געזעגנט האָט דער בעלזער רב אַריינגעזאָגט עפּעס אין אויער פונעם חתן. דער רבי האט קיינמאָל נישט געוואלט אויסזאָגן וואָס דער בעלזער רב האָט אים אַריינגערוימט. אבער אַזויפיל האָט דער רבי יאָ אַמאָל דערציילט אַז צווישן אַנדערן האָט אים דער בעלזער רב געזאגט: "עס וועט זיך דרייען און דרייען און אויסדרייען צום גוטן".

א צייט שפעטער איז אויסגעקומען פאַר'ן שערי הישר צו זיין אין בודאפעסט, וואו די כלה און מחותנים האבן קענען געלערנט דער נייע מחותן שווער. דאס איז שוין נאכדעם וואָס דער בעלזער רב האט געהאט פארלאזט אונגארן. מען האָט אפגעשמועסט אז די חתונה וועט פארקומען אין חודש אדר, נאך פורים.

אבער ליידער האט דאָס אומגעוואונטשענע פאסירט: די נאצישע שטיוול האט אריינגעטרעטן מיט איר מערדערליכן טויט מאשין קיין אונגארן, י"ח אדר תש"ד און גלייך ארויסגעקומען מיט זייערע נייע גזירות קשות ואכזריות.

 

מיט אַ ברכה פונעם פאָטער דער שערי הישר

 

אויף די אנווייזונגען פון זיין טאטן דער שערי הישר איז דער רבי גלייך נאך פסח אנטלאָפן מיט אַ קאַר קיין בודאפעסט, אינאיינעם מיט א ברכה פון זיין הייליגן פאטער וואָס בזכות פון די ברכה איז ער ניצל געווארן מעמק הבכא, ווי ער דערציילט אין די הקדמה פון תהלים שערי הישר וואס ער האט מו''ל געווען בשנת תשי''ט:

''איין טאג איידער די רשעים ימ''ש האבן אוועקגעפירט די אידן אין געטא, האט מיין פאטער מיך ארויסבאגלייט פון שטוב און מיך געבענטשט: 'השי''ת זאל ענק באהיטן מכל מיני מכשול', און נאך אלע צרות וואס מיר זענען אריבער האט השי''ת אונז מציל געווען מבין שיני האריות''.

אין בודאפעסט האט דער רבי זיך אויפגעהאַלטן אין שטוב פון א נאנטע קרוב אבער ווען דער מצב איז געווארען צו ענג האט ער פארשאפט פאפירן און זיך אריבערגעצויגן צו די באקאנטע 'שוץ הייזער" פון ראועל וואלענבערג און דערנאך אינעם 'גלאז הויז' אונטער די שוץ פון קארל לוקס מחסידי אומות העולם. אין די צוויי ערטער האָט מען טאַקע נישט געטשעפּעט קיינעם אָבער די אומשטענדן זענען געווען געפערליך. מען האָט אָבער געלויבט השי"ת אַז מען לעבט דורך דעם טאָג.

ענדליך איז בודאפעסט באפרייט געוואָרן אין חודש שבט תש"ה. דער רב זצ"ל האט באקומען די ידיעה אז זיינ'ס א מומע הרבנית ברכה ע"ה בת כ"ק הגה"ק מרן ה'טל חיים' מליסקא זי"ע געפינט זיך אין גרויסוואַרדיין, איז ער אהינגעפארן אפשר וועט זיין פון דארט גרינגער צו באקומען סיי וועלעכע ידיעה איבער זיין הייליגע משפּחה.

ליינט אין זייטיגן קעסטל וועגן דעם  דער רירנדער צוזאַמענטרעף צווישן חתן וכלה. דער ליסקא רב איז למעשה נאָכנישט געווען גרייט אויף די חתונה. ער האָט קודם געדאַרפט פאָרן קיין קלויזנבורג וואו ער איז אדורך אַן אָפּעראַציע. נאָכ'ן ערהוילונג איז געפאָרן צו עיר אבותיו ליסקא, און י"ד לחודש אב, ביומא דהילולא פון זיין הייליגן זיידן בעל אך פּרי תבואה זי"ע, איז פארגעקומען די חתונה אין גרויסוואַרדיין.            

כ' סיון תש"ו איז געבוירן געוואָרן בנו בכורו כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א. ווינטער תש"ז איז דער רב זצ"ל והרבנית ע"ה געפאָרן קיין פּראַג ‎אָפּנעמען זייערע נויטיגע פּאַפּירן און שריפטן. דער עסקן הנודע לשם ותלהלה ר' מיכאל (מייק) טרעס ז"ל האָט אינטערווינירט אז אלעס זאל גיין כשורה. פון דארט איז דער רב געפאָרן קיין פראנקרייך פון וואו ער האָט אָפּגערייזט קיין אמעריקע מיט די 'יו-עס מארין פאלקאן' שיף, דערגרייכענדיג אינמיטן חודש אדר דעם אַמעריקאַנער באָדן, וואו גוטע פריינד, חסידים, קרובי המשפחה ובראשם זיין שוואגער הרה"ח ר' שלום פרענקל ז"ל (איידעם פון הרה"ק ר' ברוך פנחס מסקאליע זצ"ל) האָבן אים אפגעווארט מקבל פנים צו זיין, וכבוד גדול נתכבד בבואו דורך די מוקירי ומעריצי בית ליסקא אין אמעריקע.

 

 

אַ ליכט ווינקל וואָס שיינט שוין 70 יאָר

אין ערשטן ערשטע האלב יאר נאך זיין אנקומען, ביז ר"ה דשנת תש"ז, האט דער רבי געוואוינט ביי זיין שוואגער ר' שלום פרענקל ז"ל אין ווילימסבורג. אין יענע תקופה האט ער געמאכט מערערע נסיעות קיין בארא פארק, ניו דזשערזי, שיקאגא, דעטרויט, ועוד, צו שאפן געלט פאר'ן ווידער אויפבוי פון 'ליסקא אין אמעריקע'. דער רב איז אָבער פאקטיש נישט געגאַנגען נאך געלט בלויז פאַר זיין אייגענעם צוועק, נאָר אָן אַ שיעור בריוו זענען אנגעקומען צום רב בעטנדיג הילף צו שאפן די נויטיגע וויזעס אד"ג. דער רב זצ"ל, אַליין אַ גרינגער, נישט קענענדיג די שפּראַך, האָט ארויסגעהאלפן צענדליגער אזעלעכע אידן. דאָס האט אים אפגעקאסט אסאך געלט, ווען בשעת מעשה האט ער קוים געהאט פאר זיך.  

דער פתיחת שערים פונעם נייעם בית מדרש 'עטרת צבי ליסקא' אין בארא פארק אויף 50'טע סטריט צווישן 14 און 15 עוועניוס, איז געוועהן ראש השנת שנת תש"ז, וואס איז בשעתו געווען פון די ערשטע חסידישע בתי מדרשים אין באָראָ פּאַרק און וואו דער קול התורה והתפלה האלט אוין אָן מער ווי זיבעציג יאָר!

ער האט אוועקגעשטעלט זיין ציל מנציח צו זיין דעם הייליגן נאמען ''ליסקא'' און ממשיך צו זיין די הייליגע המשכה פון זיינע אבות הקדושים. ער האָט דאס אלעס געטון אויף א באשיידענעם דרך, אָן קיין פרסום וכבוד המדומה. אדרבה, ער איז שטענדיג אנטלאפן פון די ענינים כמטחוי קשת און נישט געזוכט מער ווי צו זיצן פארמאכט אין זיינע אייגענע ד' אמות און פארברענגען בתורה ובתפלה בהצנע לכת.

זייענדיג פון די ערשטע אדמורי''ם אין בארא פארק און די סאמע ערשטע חסידישע רבי משארת הפלטים, האט ער אסאך געטאהן מפיץ צו זיין תורה וחסידות צווישן זיינע חסידים און אויך אַרויס פון זיין סביבה. ער פלעגט מעורר זיין לתורה וליראת שמים ביי זיינע ווארעמע גייסטרייכע דרשות, ובפרט ביי שלש סעודות האט ער מדי שבת בשבתו מעורר געווען מיט גרויס התרגשות אויף ענינים הצריכים חיזוק, און האט געמאנט און אויפגעפאדערט נישט משנה צו זיין מדרכי אבות בזיז כל שהו.

גוטע פריינד און געטרייע מענטשען וואס האבען געקענט דעם אמעריקאנער מענטאליטעט, האבען זיך געבעטן ער זאל זיך נישט אריין לאזן אין אזא שווערע אונטערנעמונג ווי גרינדען א חסידישע קהילה, ספעציעל אז דער בארא פארקער געגענט איז בכלל נישט געאייניגט פאר אזעלעכע 'לופט ביזנעס' פון חסידות. איינער האט אים גאר מיייעץ געווען – און געמיינט האט ער גוט – אז היות ער האט זיך שוין געקויפט א בילדינג אין בארא פארק מיט א גוטע בעיסמענט, זאל מען דאס אהער שטעלן פאר א וויין קעלער, און טון וואס מ'האט געטון אין ליסקא – מאכען א גוטע פרנסה פון פארקויפן וויין...

איינמאל אין די ערשטע צייטן פון בארא פארק איז דער רב זצ"ל געגאנגען אין מקוה שבת אינדערפרי מלובש מיטן גאנצן חסידישן לבוש. אזוי גייענדיג שטעלט אים אָפּ אַ איד, ליידער מיט אַ ציגאַר אין די האַנט, און פרעגט אים, טייטלענדיג מיט'ן פינגער אויפ'ן שטריימעל: "רבי, איהר ווילט אהער ברענגן היטלער צו אונזער געגענט אויך? וואס טוט איר אָן דעם שמיטשיק אויפן קאָפּ?". דער רב האט נישט געהאלטן יעצט אויף דער מינוט אריין צו גיין אין א וויכוח, האט ער אים געזאגט:

"ר' איד, הער צו, עס איז היינט שבת קודש, עס פּאַסט נישט פאר דיר מיט אַזאַ שיינעם אנצונג און רייכן ציגאר צו כאפן א שמועס מיט אזא איינער ווי מיר מיט א שטריימל, אַ צוריקגעבליבענער פרימעטיוו אידל. מיין אדרעסס איז אזוי און אזוי, קום אריבער וועלן מיר קענען שיין פארברענגען".

דער איד איז טאקע אין איינע פון די טעג אריבער געקומען, און ברוך השם זיך צוריק געכאפט, און געוואָרן פון דעם רבי'ס שטאַרקע אנהענגער פאר לאנגע יארן און אפילו געשטיצט דער רב זצ"ל מיט פיאנציעלע הילף.        

ודין אהני לי' אז אונטער די שווערע אומשטענדן האט ער מחזק געווען זיך און אנדערע אנצוגיין בדרך התורה והחסידות, ער האט אויפגעטרעטן מיט דרשות בפני קהל עם ועדה, און זיינע דברי כיבושין והתעוררות האבן שטארק אוסגענועמען ביי די אודים המוצלים באש, להפיח בהם רוח חיים.

 

מיט די גדולי הדור

 

כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א דערציילט אן אינטרעסאנטע עובדא, דער ליסקא רב זצ"ל בימי בחרותו איז אמאל געגאנגען מקבל פנים זיין הרה"ק רבי אברהם שלום מסטראפקוב וועלעכע איז געקומען אין דער געגענט אויף שבת. עס איז געוועהן א שורה פון מענטשען איהם 'שלום' צו געבן, איז געוועהן דארט איינער וואס א געגעבען א קוש דעם סטראפקוב'ער רב'ס האנט, ער האט באלד צוריק געשלעפט זיין האנט, און געזאגט צו דעם איד: "דאס איז א אונגארישע מנהג, און אויך דאס אז מ'האט געקישא דעם ליסקא רב'ס האנט (כוונה אויף דער אך פרי תבואה זי"ע), איז וויבאלד ער איז א שוואכע איד געוועהן, האט ער נישט געהאט די כח צוריק צו שלעפען זיין האנט". א פלא ווייל דער רב זצ"ל וועלעכע איז נאך געוועהן א בחור איז געשטאנען גלייך אונטער דעם איד אויפן שורה האט דאס געהערט, איז ווען עס איז געקומען זיין רייע שלום צו געבן, האט איהם דער סטראפקוב'ער געפרעגט ווער איז, האט ער גענפערט ליסקא אייניקעל, הערענדיק דאס, האט דער סטראפקוב'ער רב צוריק גערופען דער פריעדיגן איד און געזאגט: "אה, מיר האבן דא זיינס א אייניקעל, האב איך רעכט, האט דען דער ליסקא רב געוואלט מ'זאל איהם די האנט קישן? נאר ער האט קיין כח נישט געהאט זיך אנקעגן צו שטעלן?    

*

נאך וואוינעדיג אין ווילימסבורג, האט דער רבי געהערט איבער הריי"ץ מליבאוויטש זצ"ל וועלכער האט שוין געהאט שטיקל חסידישע עולם, איז דער רב זצ"ל אהין געפארען איהם קענען צו לערנען. דער רבי איז געוועהן דארט אינאיינעם מיט זיין שוואגער אין רעבעצין, אזוי אויך א דאלמיטשער איינער וואס האט איבער געטייטש די ליבאוויטשער רבי'ס ווערטער ווייל ער האט גערעדט אין אן אנדערן אקצענט.  דער ליסקא רב האט געזעהן אז דאס רעדן קומט איהם אן שווער, האט געוואלט פארשנעלערען און צו ענדיקען דער שמועס, אבער צו זיינע ווינדער האט דער ריי"ץ געזאגט אז ס'איז בסדר. דער שמועס איז געוועהן האלב תורה'דיג און האלב ווי אזוי מ'קען העלפען אריבער ברענגען אידן מעבר לים, אן אקטיוויטעט אין וואס דער רבי איז געוועהן שטארק טעטיג. דער שמועס האט גענומען בערך  א שיינע האלבע שעה.  

*

דער גרויסע גאון וענוותן רבי יונתן שטייף האט אמאל געמאכט א איבעראשונג פאר דער רבי אין דער ערשטע צייטן אין בארא פארק, און איהם געקומען באזוכען און מחזק זיין, דער רבי האט זיך בכלל נישט גערישט אז דער גרויסע פוסק זאל קומען צו איהם זייענדיג נאך בלויז א אינגערמאן. 

בתוך דבריו האט רבי יונתן שטייף דערציילט אז ערשט מיט א קארגע עטליכע יאר צוריק איז ער נאך געוועהן ביי זיין פאטער דער 'שערי הישר' פון ליסקא, ווייל ווען ער פלעגט אנקומען פון ליסקא קיין בודאפעסט, איז באלד אריבער געקומען צו זיין אכסני' נישט געווארט אז ער זאל צוערשט קומט צו איהם כנהוג, אלץ כבוד התורה.

*

ווען עס איז געבוירען געווארען כ"ק הגה"צ דער היבנוב'ער רב שליט"א, האט זיך דער צעהלים'ער רב גלייך פארבינדען מיטן רבי'ן און זיך אנגעטראגען אז ער וויל זיין דער מוהל פון דעם קינד, וואס דאס איז נישט דער געווענטליך סדר צו טוהן, זאגענדיג "עס וועט מיר א גרוסע זכיה זיין אז איך וועלן קענען זיין מוהל ביים ליסקא רבי'ס א קינד". 

*

א קירבת מיוחדת במינה איז געוועהן ציווישען דער רבי מיטן סקווירא רבי, הרה"ק רבי יעקב יוסף טווערסקי זצוק"ל, (אסאך קען מען שרייבן דערויף, ואי"ה). דער רבי איז איהם געגאנגען אפווארטן ביים שיף, צוליב די קירבות המשפחה זייענדיג א בעזלא אייניקעל, ווי נאר דער רבי האט איהם געזעהן גיין מיט א בעקיטשע אבער אויס געשניטן ווי א פראק, האט איהם דער רבי געפרעגט 'וואס איז דאס?' דער סקווירא רבי האט געזאגט ער פארמאגט נאר דאס, אויף שבת האט ער א געהעריגער, און וויל אבער נישט גיין בימות החול מיט די שבת'דיגע בגדים. דער רבי האט זיך גלייך אויסגעטוהן זיין אייגענע בעקטיטשע איהם דאס איבערגעגעבען און דער סקווירא רבי האט דאס טאקע צוגענומען אנגעטוהן דארט אויפן פלאץ, און דער ליסקא רב איז אהיים געגאנגען מיטן סקווירא רבי'ס פראק.

אין דער תקופה ווען דער סקווירא רבי האט נאך געוואוינט אין בארא פארק איז ער אריבער געקומען אויף א באזוך צו דער רבי, כאטש צוויי מאל. (הרבנית טראנא ע"ה, סקווירא רביצין איז אריבערגעקומען כמעט יעדע שלש סעודות צייט צו פארברעינגן מיטן ליסקא רביצין ע"ה). 

 

אמאל איז דער רבי געפארן קיין סקווירא צום באזוכן דער סקווירא רבי, אינצווישען דערלאנגט א קוויטל, דער סקווירא רבי איז געווארען זייער ערנסט און רופט זיך אן: "ליסקא רבי איהר קענט דאך אויך ליינען א קוויטל, איהר האט דאך אויך גרויסע זיידעס, והשנית מיר זענען דאך קרובים", אבער נאכדעם וואס דער רבי האט דאס צוריק געשטיפט האט דער סקווירא רבי געזאגט: "אויב אזוי לאמיר ליינען אינאיינעם", און ביידע האבן דאס טאקע געליינט צוזאמען, גאנץ א שיינע מחזה פאר דער וואס האט נאר צוגעזעהן דעם אינטרעסאנטן און זעלטענע מראה.

ביי די פריצייטיגע פטירה פון ליסקא רבי איז די סקווירא רעבעצין הרבנית טריינע ע"ה געקומען מנחם אבל זיין דער ליסקא רביצין ע"ה יעדן אייניציגסטער טאג מימי השבעה.    

*

ער האט אויך געהאט א נאנטן שייכות מיט הרה"ק מסאטמאר זי"ע. מאז שנת תרכ"ד פלעגן דער ליסקא רב גיין צו איהם יעדע חודש אלול לברך ולהתברך אויפן נייעם יאר. א גאר מערקוויעדיגע מעשה האט פאסירט אין לעצטן יאר פון ליסקא רב, דער סאטמאר רב האט געבעטן צו זיצן, אין עטליכע מאל איבערגעזאגט "קום נעהנטער, נאך נעהנטער", געשמועסט האבען זיי איבער די תקיעות שופר דרשות פון הייליגען אך פרי תבואה מליסקא זי"ע, דערביי האט דער סאטמאר רב געפרעגט עטליכע שאלות בנוגע ראש השנה אין ליסקא. צום סוף שמועס האט איהם דער ליסקא רב געזאגט: "איך בין געקומען זיך געזעגענע, איך דארף א גרויסע רפואה". ביידע האבן זיך אנגעקוקט פאר א לאנגע מינוט, ווען פלוצלינג האבען פון ביידע זייערע אויגן אנגעהויבען רינען טרערען, וואס דאס האט אנגעהאלטן  אזוי פאר נאך א שטיקל צייט, ווען קיינער רעדט נישט נאר מ'קוקט זין אן איינעם דעם צווייטען. דאס איז געוועהן זייער לעצטע מאל וואס זיי האבן זיך געזעהן.

איינמאל איז דער ליסקא רב געוועהן ביים סאטמארער רב פאר א הושענה רבא דרשה, ווי אויך איז ער אין איינע פון די יארן געווען איין נאכט חנוכה צו הדלקת נר חנוכה.      

 

 

דער ליסקא רב זצ"ל א צדיק אין אמעריקע

 

הגם ער איז געווען א מעיין חתום וסגור, וועלכער האט מיט גרויס הצנע לכת זיך נישט ארויסגעגעבן מיט זיינע גרויסע מדריגות בתורה ובעבודה, און זיין עיקר גדלות איז געווען זיין פשטות, האבן דאך זיינע ארומיגע געזען אין אים א צדיק תמים ואיש אמת, אן אמת'ער אוהב ישראל מיצר בצערתן ושמח בשמחתן, וואס יעדער איד וואס איש געקומען מיט אים אין בארירונג איז דורכגענומען געווארן פון זיין ווארימקייט און איידעלןקייט, און ווי ער האט יעדן יחיד ויחיד אויפגענומען מיט אזא חבה והערצה אין לשער, און האט געהאט פאר יעדן א מיטגעפיל בלב ובנפש.

ספעציעל זיינע קינדער, וועלכער האבן געהאט די זכי' אויגעצויגען צו ווערן על ברכיו און זיך מתבונן צו זיין במעשיו, האבן אביסל געהאט א השגה צו באגרייפען זיין גדלות הגם זיין גרויס הצנע לכת. ווי בנו מ''מ ליסקער רבי שליט''א האט אמאל נאכגעזאגט ביי די סעודת הילולא, דער טייטש פון בעלזער רב זי''ע אויפ'ן פסוק הנסתרות לה' אלקינו והנגלות לנו ולבנינו, אז צומאל איז גוט זיך צו פירען בסתר ובהצנע לכת, ווייל דורכדעם קומט מען נישט צו קיין פניות, אבער פון די אנדערע זייט פארמיידט מען פון אנדערע מענטשן זיך אפצולערנען פון אים לדעת הדרך ילכו בה. און דאס זעלבע איז פארקערט. און דאס איז פשט ''הנסתרות לה' אלקינו'' לשם ה' איז גוט צו טוהן בסתר כדי נישט צו קומען לפניות ויהורא, אבער ''הנגלות לנו ולבנינו'' דורך עוסק זיין בתורה ועבודה בנגלה קענען אויך ''לנו ולבנינו'' זיך נעמען א דרך ווי אזוי זיך צו פירען. האט דער ליסקער רבי שליט''א מיט דעם געזאגט אז הגם זיין פאטער דעאר ליסקער רבי זצ''ל איז געווען א נסתר והצנע לכת, אבער ''והנגלות לנו ולבנינו'' די קינדער האבן יא געהאט די זכי' בייציוואוינען זיין גרויס עבודה, צו ביי די שב''ק טישן, צו אמאל א סעודת ר''ח ויומא דפגרא, וכדומה, וואס מען האט געזען ווי ער איז כולו קודש לה', בבחינת מגלה טפח ומכסה טפחיים.

ער איז געווען א גדול בתורה עובד ה' בלב ונפש, און א פה מפיק מרגליות הוצק חן בשפתותיו, ועל כולם איז ער געווען אזא ענוותן ושפל ברך ולא מחזיק טיבותא לנפשי'. ער איז געווען ביי זיך כאפס וכאין, און ווי מען האט געזען ביי אים דאס לעצטע יאר לחיים חיותו האט ער בליל התקדש החג ביים סדר געזונגען די ווערטער ''שבשפלנו זכר לנו ויפרגנו מצרינו'', מיט אזא מין התלהבות, אז דאס פנים איז אים געווען רויט ווי פייער, דאן האט מען געקנעט זען אויף אן אמת וואס עס מיינט א איד האלט זיך בשפלות, אן קיין שום חכמות ופשטים.

אן עקסטער קאפיטעל פארנעמט זיין מדת החסד, וואס ער איז ריכטיג באצייכענט געווארן ווי א גומל חסדים טובים לעמו ישראל, עס איז ממש לעגענדאר זיינע מעשי חסד והכנסת כלה, און וויאזוי ער האט זיך שטענדיג אוועקגעגעבן אויף צו העלפן א איד, בין בגופו ובין במאודו.

אין בליענדן עלטער איז ער ל''ע געשלאגען געווארן מיט א הארץ-אטאקע, אבער ער איז ווייטער אנגענגען בכל יכולתו צו פאראייביגן דעם נאמען ליסקא ווי דאס איז געווען זיין גאנץ שטרעבן און ער האט אפילו געגרינדעט א ישיבה פאר בחורים, ממשיך צו זיין בדרכי אבות שמימיהם לא פסקה ישיבה ממנם.

ליידער האט ער נישט פארווירקליכט זיינע פלענער, ווייל ער איז ל''ע נפטר געווארן אין יונגן עלטער פון דריי און פופציג יאר (כמנין ג''ן עדן) ביום כ''ח שבט תשל''א לפ''ק, לדאבון לב כל בית ישראל. זיין פטירה איז געווען אן אבידה פארן גאנצען דור, בבחי' שקעה חמה שלא בעונתו, נאך איידער מען האט געקענט הנאה האבען פון אירע שטראלען. ער איז נספד געווארן בתוך קהל רב, און זיין ארון איז געפירט געווארן קיין ארץ ישראל, ווי ער איז געקומען למנוחות אויפ'ן הר המנוחות, סמוך ונראה צום ציון הק' פון הרה''ק מהר''א מבעלזא זי''ע.

מה זרעו בחיים אף הוא בחיים, און ב''ה די גייסטיגע ירושה לבית ליסקא ווערט וויטער נמשך דורך בנו וממלא מקומו כ''ק האדמו''ר מליסקא שליט''א. וועלעכע באקאנט מיט זיין גדלות בתורה, און מחבר ספר 'חמודי צבי' על סוגיות הש"ס, וכן רבים נהנים ממנו עצה ותושי'. אויך איז בארימט זיינע אינהאלטסרייכע דרשות מתובל בדברי דרוש ואגדה בדרכי אבותיו הק'. אויך דער צוויטער זון, כ"ק אדמו"ר מהיבנוב שליט''א, דער מחבר פון ספר ''חסדי אברהם'' ד' כרכים. אזוי ווערט ב''ה ווייטער נמשך די הייליגע ירושה פון איבער הונדערט און פופציג יאר, ובית צדיקים יעמוד!  

 

28 Shevat marks fifty years since the passing of the previous Liska Rebbe, Rav Yoizef Friedlander zt”l, who—following the path of his illustrious forbears—brought the Torah and Ahavas Yisroel of Liska to a new generation in post-Holocaust America. In honor of this anniversary, we glimpse back into his remarkable life, his holy origins that he carried with him all of his days, and the awesome legacy he left behind.   

There is a vort that the Liska Rebbe would often repeat in the name of the Sar Shalom of Belz Zy”a which gives us a glimpse into his guiding philosophy: The Torah states that Yosef Hatzaddik named his children Menashe because “Hashem has made me forget completely my hardship and my parental home.” And the second he named Ephraim, meaning, “Hashem has made me fertile in the land of my affliction. “So the question is why would Yosef want to forget about his great father Yaakov's home?

Explained the Belzer Rav, that Yosef ended up in the land of mitzrayim, a land of severe moral decay, a land so far spiritually from his father's home, that he could have sunk into a great depression, knowing where he came from and where he was currently.  Therefore, in order to prevent this from happening, Yosef hatzaddik had to make himself forget about his fathers home in order to be able to accomplish the goal to be "fertile in the land of my affliction" and establish a holy Jewish family. This was what the Liska Rebbe kept before him constantly, after the great losses of the Holocaust, where he was a lone survivor from his fathers home and majestic court. But in order to rebuild and renew the majesty of yesteryear, he had to temporarily forget all this, and forge ahead to reestablish his family and court and not chas vshalom fall into depression.

 This understanding is a perfect encapsulation of the Rebbe’s life; as he translated the teachings and the traditions of his ancestors, even as he emerged from the ashes of the Churban that consumed the life that he had previously known.  


The Holy Liska Dynasty

Throughout Jewish Hungary, the name of Harav Tzvi Hirsh M’Liska, known as Rav Hershele Liska, (1808-1874), zy”a, author of the Ach Pri Tevuah and Hayashar V’hatov, was widely revered. He was one of the prized talmidim of the Yismach Moshe, and one of the earliest chassidishe Rebbe’s in Hungary, instrumental is broadening the Chassidic movement in that country—and widely recognized as the leader of Hungarian Jewry during his era. He was widely renowned as a ba’al mofeis, his superhuman tzeddaka and chessed were legendary—and many of the great tsaddikim of Hungary were among his ardent chassidim. As a talmid of the Yismach Moshe of Uhel, Rav Tzvi Hersh continued his minhagim, which are guarded by the Liska family to this day. His tziyun in the town of Liska, a site of great yeshuos for many, attracts thousands every year.

In his youth, he traveled to the great chassidic masters of his time, such as Rav Yisrael of Rizhin, Rav Meir of Premishlan, and Rav Shalom of Belz. Later in life, he journeyed to the Divrei Chaim of Sanz, and enjoyed a particularly close relationship with him, visiting Sanz at least once every year. The Sanzer Rav’s haskamah on Ach Pri Tevuah—in which he refers to the recently departed Rav Hershele as “Aron Ha’Elokim”—underscores the high esteem in which he was held. 

Rav Hershele’s son-in-law and successor was the Tal Chaim; Harav Chaim Friedlander, zt”l—widely known as a Ga’on of epic proportions— who assumed the position of his father in law after his passing. His son, the third Liska Rebbe, Rav Tzvi Hirsh Friedlander, zt”l, Hy”d, who was named for his maternal grandfather, authored more than thirty seforim. Out of all of them, he only allowed the printing of one; Sharei hayashar, which was later reprinted by his son in America. The rest would be annihilated in the great inferno that would soon consume so much of Hungarian Jewry.

A Scion is Born

Yoizef was born in Liska in the year 1917, the youngest of the children, and it would be he who would carry the torch forward. Growing up in the cradle of Hungarian royalty, Rav Yoizef’s greatness was foreseen in his youth. He was diligent, and he was deeply pious. In his youth, he learned under the tutelage of his illustrious father.

Once, as a young child in Liska, his father, observed the way his son climbed up a tall tree, and remarked: “Yoizef kricht yetzt hoich in gashmiyus, s’vet nisht nemen lang biz er vet krichen ma’alah ma’alah b’ruchniyus, now he is climbing high in gashmiyus; it will not be long before he will go very high in ruchaniyus.” He also said of his son that man is likened to the tree in the field; “Yoizef will fill bare trees with sweet fruit.”

He received hora’ah from some of the foremost ge’onim in Hungary, such as the Binyan Dovid of Uhel, and the Mashmia Shalom of Niredhaus, and Rav Eliezer Schwartz of Potok, who was also the Dayan in Uhel—all of who lauded his Torah scholarship and his brilliance.

A World Gone Up in Flames

By the time it came time to marry, WWII was already blazing. Yoizef made his way to Budapest, Hungary. Among the other refugees was Harav Avraham Yehoshua Heshil Frankel of Hivniv-Lublin, a close descendant of the holy Chozeh of Lublin, and the shidduch was proposed between his daughter Nechama, and the young talmid chacham. 

Also in Budapest were the holy brothers Rav Aaron of Belz, and his brother, the Bilgerayer Rav (father of the current Belzer Rebbe shlit”a). Nechama’s father asked his mechutan, the Bilgerayer Rav to speak to the prospective chassan in learning. After testing the young man, and perusing his semichos from Hungary’s rabbanim, he agreed that he would be an appropriate shidduch for a girl from such an illustrious family, and the shidduch was finalized in the presence of his brother, Rebbe Aaron of Belz.

Then the churban came to Hungary, and its Jews were deported. Nechama’s father was murdered immediately upon their arrival to Auschwitz. Rav Yoizef suffered the war years in forced labor camps and disguised as a gentile in Budapest, but his extended family was deported to Auschwitz — along with so much of Hungarian Jewry, Hy”d — in 1944. This is where his father, brothers and their families perished al kiddush Hashem.

While the two would both thankfully survive, their entire families were murdered al Kiddush Hashem. The majority of their families were taken to Auschwitz—along with so much of Hungarian Jewry—in 1944, where their pure, holy souls ascended to the highest place in Shamayim.

The story of how the chassan and kallah were reunited went as follows: Following the war, the orphaned Nechama stayed with a family in Grossvardein, Romania. One day, the man of the house related a humorous story that had occurred that morning in shul: A young man who had also found himself in Grossvardein after the war was called up to the Torah. When the gabbai called him “habachur,” the man insisted that he be called up as “habachur hachassan,” as he had been engaged. The people in the shul were all smirking; did the young man really believe that his kallah was still alive after the gehinnom of the Holocaust?

But, said the father, relating this story, the gabbai indeed called him up as he requested, “Habachur hachassan Yoizef ben Tzvi Hersh. This led to their joyous reunification. They were married shortly thereafter, in Grosswardein, on 14 Av (the yohrtzeit of the Ach Pri Tevuah) in the summer of 1945. Their first son, Tzvi Hersh, today’s Liska rav, was born the following year.

Rav Yoizef made his way to America, bringing with him the old brand of Yiddishkeit, bridging America with Liska of yore. He was welcomed here with much anticipation as is evident from many of the Yiddish papers of the time who heralded the arrival of this bnan shel kedoshim, a remnant of the prewar world—and many prominent Rabanim of New York all came out in his honor. One kabbalas panim is announced by Chevrah Nachlas Tzvi on the Lower East Side. This shul was indeed founded in the name of Rav Hershele of Liska by immigrants who hailed from the Liska region, and knew the holy tzaddikim of that court. One of them was Harav Yisroel Lebovitch, the Rav of the Shul Levushei Mordechai at 636 East 6th street who married into the Liska family and he too asked the Yidden of New York to come and meet his illustrious cousin.

In addition, there were other receptions in the Galicianer shul in Cleveland, and elsewhere, where people were invited to hear him lecture in Torah, and to relate his terrible war experiences.


Transplanting the Liska Court

In 1947—relatively very early for a chassidisher Rebbe—he made the move to Boro Park; 1449 50th Street, where the shul remains today, and he infused those Yidden of Boro Park with Torah and chassidus. But his defining attribute was overflowing chessed and ahavas Yisroel—which that broken postwar generation needed so direly.   

To this end, an anecdote is related by the current Liska Rebbe, Harav Tzvi Hersh Friedlander, shlita. “One of the first Shabbosos after my father moved into Boro Park, he was returning from the mikveh on Shabbos morning, attired in his shtreimel and bekeshe. Unbeknownst to him, at the time no one ventured outdoors with a shtreimel. He encountered a Yid, broken by the war experience, who was puffing on his pipe — on Shabbos morning. The Yid, out of pure pain, was enraged by the sight of this Yid who dared to go on with his Yiddishkeit. He verbally accosted him and yelled, “I see you are the new Rebbe who moved into the neighborhood, do you want to bring Hitler here?!” With love and patience, the Rebbe understood what pain the man was living through… and with that love he succeeded in eliminating his antagonistic feelings to Yiddishkeit and bringing back a semblance of observance to that broken Yid in Boro Park of yesteryear.  

The current Liska Rebbe, related about his father’s decision to settle in Boro Park—something that was rare in that time, immediately after the churban when most of the she’eiris hapleitah elected to go to the Lower East Side, Crown Heights, and Williamsburg… “It was very important to him to establish a shul that would stand as a memorial to his holy zeides whose tenure in Hungary had been brutally cut short, Hy”d.

“In hindsight, there seem to be two main reasons that he chose to settle in Boro Park. He had cousins, descendants of a brother of the Tal Chaim of Liska, fellow members of the Friedlander family, who said that they would help him with minyan if he would come here. The second reason is that the Rebbetzin, who had suffered so much in Auschwitz, desired the tranquility that Boro Park offered at that time.

Establishing his shul in Boro Park did not go without adversity. He initially attempted to rent a home, but when the owner realized that he was going to make a shul here, he immediately objected. That is when he realized that he would have to purchase a home. There was a Real estate broker in Boro Park by the name of Reb Avraham Englard, and he showed the Rebbe around some homes.

“The tradition of his zeides of being careful with hasagas gevul, and to have an ayin tovah was strongly inherent in his choosing a home. There were so many properties that he declined, for one reason; “there are other big shuls in this vicinity…how I can take away from them?’” Only after it was explained to him that “Shul Yidden” and “shtiebel Yidden” were very different things did he agree to open.  He also received tremendous support from the Chernobyler Rebbe, whose Shul was around the corner. Not only did the Rebbe not object to his coming to the neighborhood, but he saw in the Liska Rebbe a necessary infusion to the growth of Boro Park—and even sent a prominent mispalel to Liska.  

An interesting anecdote from those early days in America: When the Liska Rebbe and his Rebbetzin (who was a scion of the Belzer dynasty) went to greet the previous Skverer Rebbe upon his arrival, and they noticed that he was wearing an interesting type of frock. The Rebbe explained that he had a bekeshe, but he would not wear it during the week. The Liska Rebbe immediately took off his bekeshe, saying, “I have enough bekeshes at home.”

שבת הגדול - ח׳ בְּנִיסָן תרע״ז - כ״ח בִּשְׁבָט תשל״א
Related Articles
Tags
, , , ezra friedlander
Dee Voch, , , ezra friedlander
Dee Voch
Hamodia - February 17, 2021, , , ezra friedlander
Hamodia - February 17, 2021
, , , ezra friedlander
, , , ezra friedlander
, , , ezra friedlander
, , , ezra friedlander
, , , ezra friedlander
, , , ezra friedlander
, , , ezra friedlander
, , , ezra friedlander
, , , ezra friedlander
, , , ezra friedlander
, , , ezra friedlander
, , , ezra friedlander
Ah Blick, , , ezra friedlander
Ah Blick
Sign Up for Updates
קהל עטרת צבי מליסקא
1449 50th Street
Brooklyn,  NY  11219
t. 718-436-5555
ChasideiLiska@Gmail.com
 
BB DESIGN & DEVELOPMENT