שרה די בעקערין

שטריכן פונעם לעבענסשטייגער פון האשה הצדקנית המפורסמת שרה די בעקערין ע"ה

 

שטריכן פונעם לעבענסשטייגער פון האשה הצדקנית המפורסמת שרה די בעקערין ע"ה

צו די 180סטע יאָרצייט פון הצדיקת מרת שרה ע"ה, מוטער פון הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע

 

קומענדיגען שבת קודש פּרשת שמות, כ"ה טבת, פאַלט אויס די הונדערט און אַכציגסטע יאָרצייט פון האשה הצדקנית המפורסמת מרת שרה ע"ה פון די שטאָט איהעל, באַרימט אַלס "שרה די בעקערין" און די מאַמע פון הרב הקדוש צדיק יסוד עולם רבי צבי הירש מליסקא זי"ע בעל אך פּרי תבואה והישר והטוב וועלכע איז געווען אַ בעקערין אין שטוב פון הייליגן ישמח משה זי"ע און איר זון דער ליסקא צדיק האָט תולה געווען זיין גאַנצע גדולה וקדושה בזכות אמו ע"ה.

 

די ברכה פון הייליגן קדושת לוי זי"ע

הצדיקת שרה איז געווען די פרוי פון הצדיק הנסתר רבי אהרן פריעדמאן זצ"ל, אַ גאָר ערליכער און אָפּגעהיטענער איד. דאָס גאנצע שטרעבן פון דעם פארפאלק איז געווען בלויז אויפצוציען זייערע קינדער זיי זאָלן זיין ערליך און הייליג. הרה"ק מליסקא האט איבערגעגעבען אז ער האט קיינמאל נישט געהערט זיינע עלטערן רעדן צווישן זיך קיין שום זאך, נאר ווי אזוי אויפצוציען זייערע קינדער צו תורה.

ווען די שרה ע"ה איז געפארן צו איר חתונה איז זי אויפ'ן וועג איינגעשטאנען ביי איר'ס א מומע. פונקט צו יענע צייט איז הרה"ק בעל קדושת לוי מבארדיטשוב זי"ע אנגעקומען אין די שטאט אויף שבת קודש, און עס איז אזוי אויסגעקומען אז די צדיקת שרה האט געהאט די זכיה צו אפצוקאכן דאס עסן פאר'ן הייליגן קדושת לוי.

ווען דער קדושת לוי איז ארויס פון זיין צימער, האט ער געפרעגט: "ווער איז דאס מיידל?" האט מען אים געזאגט אז זי פארט יעצט צו איר חתונה. האט ער איר אנגעווינטשן אז "זי זאל מצליח זיין אין אלע אירע וועגן ווייל עס ערווארטעט פון איר ארויסצוקומען א גרויסע ליכטיגקייט". און מיט רעכט קען מען זאגן אז די ברכה איז פולקאם מקויים געווארן ווען עס איז נתמלא געווארן הבית כולו אורה מיטן געבורט פון איהר זון הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע.  

נאך די פּטירה פון איר מאן ר' אהרן, כ' מנחם אב שנת תקע"ו, האט די צדיקת שרה נישט געוואלט נאכאמאל חתונה האבן. זי איז פארבליבן אַן אלמנה און אליין ערצויגן אירע קינדער און געטון אַלס אין דער וועלט אז זיי זאלן קענען שטייגן גרויס אין תורה און עבדות ה'. זי האט זיך שטענדיג געזארגט ווי אזוי וועט זי האבן קינדער תלמידי חכמים, ווייל זי וואוינט אין א דארף וואו עס איז נישט פארהאן קיין תלמידי חכמים. שפּעטער איז איר וואונטש ערפולט געוואָרן ווען זי זיך אריינגעצויגן אין אוהעל און אויפגענומען געוואָרן אַלס בעקערין אין שטוב פונעם ישמח משה זי"ע.

אסאך טרערן האט שרה ע"ה פארגאסן צום בורא כל עולמים ביי אירע ווארימע תפילות אויף גוטע קינדער, און אסאך צייט און שווערע כוחות האט זי אוועק געגעבען אז די קינדער אירע זאלן אויפוואקסען ריכטיגע ערליכע אידן. זי האט זיך נישט פאַרלאָזט בלויז אויף די הבטחות וואס זי האט באקומען פון די צדיקי הדור אז עס ווערט איר געבוירן ווערן א הייליג קינד וואס וועט אויפוואקסן פון די גדולי הדור. זי האָט געטון דערצו אויך.

איינמאל שבת קודש אינדערפרי האט זי געדאווענט שחרית ביי זיך אינדערהיים און ווען זי איז אנגעקומען צום שטיקל פון 'ישמחמשה במתנת חלקו', האט זי פארגאסן טייכן טרערן אז זי זאל זוכה צו קינדער וואס וועלן עוסק זיין אין תורה. פון גרויס געוויין איז זי פאר'חלש'ט געווארן און אראפ געפאלן אויף דער ערד. דעמאלט האט איר קליין קינד לייבוש אנגעהויבן צו וויינען, וואס פון דעם האט זי זיך ערוועקט און צוריק אויפגעלעבט.

הרה"ק מליסקא האט דערציילט, אז ווען ער איז געווען א אינג קינד, פלעגט זיין מוטער אויפשטיין ביינאכט ביי חצות און געוויינט אויף גלות השכינה. דערנאך האט זי מיט די טרערן אפגעוואשן זיין שטערן אז די טרערן פון חורבן בית המקדש, רחל מבכה על בניה, זאָל זיך איינזאַפּן אין זיין מח. אזוי האט זי געטוהן פאר דרייצן יאר.

זי האט טאקע זוכע געווען אויפצושטעלן קינדער תלמידי חכמים און צדיקים, וועלכע האָבן אַלע תולה געווען זייער ערליכקייט אין זכות פון די הייליגע מאַמע.

אמאל איז אַ פרוי געקומען צו הרה"ק מליסקא מיט א בקשה אז דער רבי זאָל איר אָנווינטשן זי זאָל זוכה זיין צו אַזאַ קינד ווי דער רבי! האט דער ליסקא רבי איר געענטפערט: "איר ווילט האָבן א קינד אזוי ווי מיר, אבער זענט איר אזא מאמע אזוי ווי מיין מאמע איז געווען?".

אַן אַנדערסמאָל ווען פּסח ביינאכט ביים סדר ווען הרה"ק מליסקא זי"ע איז אנגעקומען צו די ווערטער "אני עבדך בן אמתך", האָט ער געזאָגט בזה": – "אני עבדך קען איך נישט זאָגן, אבער בן אמתך קען איך באמת זאגן".

 

ברכת רבי סענדרל מקאמארנא זי"ע

אין ספר מושיען של ישראל איז דערציילט בשם הרה"ח ר' יודא לייב ווייס ז"ל, אז דער סאטמארער רבי זי"ע פלעגט אַסאַך מאָל קומען פּראַווען שבתים אין שאמלוי, אויף די איינלאַדענונג פונעם שאַמלויער רב הגאון הגדול רבי שלמה זלמן עהרנרייך זצ"ל. דאָס צווייטע מאָל ווען דער רבי איז געווען דאָרט אויף אַ שבת איז געווען אויף שבת פּרשת בחוקתי תרצ"ז. שבת צופרי נאָכ'ן דאַווענען איז דער רבי איינגעלאַדנט געוואָרן אויף קידוש ביים מרא דאתרא כנהוג, און די צוויי גדולי ישראל האָבן געשמועסט צווישן זיך סיפּורי צדיקים.

האָט ר' יודא לייב ווייס (און אזוי האט אויך דערציילט הרה"ח ר' יחזקאל אייזדארפער ז"ל) וועלכער איז אָנוועזנד געווען, געהערט ווי דער רבי דערציילט די פאָלגענדע מעשה:

דער אך פּרי תבואה זי"ע האָט אויסגעזען זייער ענליך צו הרה"ק בעל היכל הברכה מקאמארנא זי"ע, און עס איז מקובל דערויף די פאלגענדע מעשה. ווי באַקאַנט פלעגט זיין פאָטער, הרה"ק רבי אלכסנדר מקאָמאַרנא זי"ע קומען אַסאַך באַזוכן קיין אוהעל און ער איז אויך געקומען דאָרט לקבורה (און שפּעטער האָט דער ישמח משה זי"ע געבעטן מען זאָל אים ברענגען למנוחה אין זעלבן אוהל ווי דער קאמארנער זי"ע). אין אוהעל האָבן דאָך ווי באַקאַנט געוואוינט אַסאַך ברענעדיגע מתנגדים און איינמאָל ווען רבי סענדער'ל קאָמאַרנער איז געווען דאָרט האָבן זיי געוואָלט אונטערשטעלן אויף אים אַ געמיינעם בלבול; זיי האָבן שוין געהאַט אויסגעאַרבעט אַ גאַנצן פּלאַן, צו דינגען פאַר גרויס געלט אַ מופקרת וועלכע זאָל אַרויסלאָזן אַ שם רע ר"ל און אים גיין מסר'ן ביי די רעגירונג.

אין אוהעל האָט געוואוינט די באַקאַנטע צדיקת, באַקאַנט מיט'ן נאָמען "שרה די בעקערין", וועלכע איז געווען אַ בעקערין אין הויז פון הייליגן ישמח משה זי"ע. זי איז געווען אַ געוואַלדיגע יראת השם און עס איז אָנגעקומען צו אירע אויערן דעם בייזוויליגן פּלאַן פון די מתנגדים, האָט זי מורא'דיג שטאַרק געוואָלט פאַרמיידן דעם חילול ה', איז זי געגאַנגען און זיך אָנגעטראָגן פאַר די מתנגדים אַז זי איז גרייט אַרויסצולאָזן דעם שם רע אויף רבי סענדערל. זיי האָבן איר געטרויעט און איר געגעבן דאָס געלט.

וויסענדיג אַז די מתנגדים זענען שוין צופרידן אַז זיי האָבן שוין געלאָזט אין גאַנג זייער שפּיצל, האָט זי פאַרציילט פאַר די גאַנצע שטאָט וואָס די אינשי דלא מעלי האָבן געפּלאַנט צו טון, עס איז נתגלה געוואָרן קלונם ברבים און דער כבוד פונעם הייליגן רבי סענדער'ל איז נישט פאַרשוועכט געוואָרן.

ווען דער קאָמאַרנער איז אָנגעקומען אין שטאָט און געהערט דערפון האָט ער איר געלאָזט רופן און געזאָגט "דו האָסט מיך אויפגעלעבט און איך וויל דיר באַצאָלן. זאָלסטו וויסן אַז איך האָב געדאַרפט געבוירן נאָך אַ זון, איך געב דיר אַוועק דעם זון במתנה". 

דעמאָלט האָט שרה די בעקערין געבוירן איר זון הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע, און וויבאַלד אין הימל זענען דער היכל הברכה מקאמארנא און רבי ר' הערשעלע מליסקא געווען ברידער, דעריבער האָט געהערשט צווישן זיי אַ גרויס ידידות און זיי האָבן אויך געענדלט איינער צום אַנדערן.

 

 

די ברכה פון ישמח משה זי"ע

אינעם קונטרס זכרונות פון הרה"ח ר' מרדכי שפּיטצער ז"ל, דער נאָנטער מקורב פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, דערציילט זיין זון הרה"ח ר' אברהם יושע שפּיטצער הי"ו, ווי פאָלגנד:

אַמאָל ביי אַ שפּאַציר אין בעל-האַרבער ביום כ"ח תמוז, יומא דהילולא פון הייליגן ישמח משה זי"ע, האָט דער טאַטע ז"ל – וועלכער איז געווען אַן אייניקל פון הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע – דערציילט פאַר'ן רבי'ן וואָס עס איז מקובל ביי זיי אין די משפּחה, אַז רבי הערשלע מליסקא האָט ביים ברית באַקומען דעם נאָמען "צבי הירש" נאָכ'ן פאָטער פונעם ישמח משה זי"ע, רבי צבי הירש שיף ז"ל.

דערביי האָט מיין טאַטע מוסיף געווען וואָס ער האָט געהערט, אַז דעם רבינ'ס עלטערער ברודער, הגה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זי"ע אבדק"ק סיגעט בעל עצי חיים, האָט נישט געהייסן "צבי" נאָך זיין עלטער-עלטער זיידן רבי צבי הירש שיף, נאָר נאָכ'ן חכם צבי זי"ע. דער טאַטע האָט דערצו צוגעלייגט, אַז ער האָט געהערט זאָגן אַז אין משפּחת עצי התמרים האָט מען נישט געגעבן קיין נאָמען נאָכ'ן ישמח משה'ס פאָטער ר' צבי הירש.

ווען דער רבי האָט געהערט די לעצטע ווערטער האָט ער זיך אָנגערופן: "ווער האָט דיר דאָס געזאָגט? איך האָב דאָס קיינמאָל נישט געהערט אינדערהיים".

האָט דער טאַטע געענטפערט: "איך האָב געהאַט אַ פעטער אינדערהיים, רבי אלחנן שלמה גראָס ז"ל, וועלכער איז געווען אַן איידעם ביים ראַחובער רב זצ"ל; ער האָט דאָס מיר דערציילט".

דער רבי האָט רעאַגירט דערויף: "אויב ער האָט אַזוי געזאָגט איז דאָס אמת".

 

 

"די בעקערין"

דער ליסקא רב פלעגט אסאך דערציילן די גרויסקייט פון זיין מוטער און פלעגט שטארק אויסרימען איר צדקות, ווי זי פלעגט טון אַלעס צו לערנען די וועגן פון השי"ת מיט גרויס שכל און פארשטאנד. זי איז געווען א גרויסע מחוכמת, און דער ליסקא רב האט זיך שטענדיג דורכגערעדט מיט איר אין ענינים פון עבדות ה'.

אמאל האט איר דער ליסקא רב געזאגט אז ער פילט אז ער איז שוין מושלם אין אלע מדות, נאר אין איין מדה נישט. ווען די צדיקת שרה האט געהערט פון איר זוהן וועלכע מדה דאס איז, האט זי אים גענפערט: "נו, דאס איז דאך א גרינגע זאך".  

די צדיקת שרה מיט איר מאן האבן זיך אריבערגעצויגן קיין אוהעל שנת תקס"ח, יענעם שבת נחמו האט מען אין אוהעל אויפגענומען דעם הייליגן ישמח משה אלץ שטאט'ס רב.   

און אוהעל איז זי שנעל באקאנט געווארן אלס א גרויסע צדיקת און מדקדקת במצוות, אויף וועמענס באגלייבטקייט מען קען זיך פולשטענדיג פארלאזן, ממש ווי אַן 'איש צדיק גדול וטהור'. אזוי איז זי אריינגענומען געווארן – נאך דער פטירה פון איר מאן - אין שטוב פון הייליגן ישמח משה ארויסצוהעלפן מיט די פארצווייגטע שטוב ארבעט.

דער ישמח משה האט זיך פארלאזט נאר אויף איר איבער די כשרות אין זיין קאך און פון דאנעט און ווייטער איז זי געווארן ווי א בן בית און שטוב פון ישמח משה, און ער האט איר גערופן "אונזער אידענע".

אמאל איז איינער געקומען צום ישמח משה פרעגן אן עצה אין עפעס א ענין און דער ישמח משה האט אים גענפערט. יענער איז נישט צופרידן געווען פונעם ענפער, און האט זיך גע'טענה'עט מיט'ן ישמח משה דערוועגן. די צדיקת שרה איז געשטאנען אין די זייט און געהערט ווי יענער טענה'ט זיך מיטן ישמח משה איבער די עצה. זי האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און זיך אנגערופן "ווילט איר אז דער רבי זאל אייך זאגן ווי איר ווילט? פארוואס פרעגט איר ווידער!"

פאר יענעם איז דאס נישט געפעלן און ער האט איר געזאגט: "וואס מישט איר זיך אריין אין מיינע געשעפטן?" אזוי האט ער אנגעהויבן זיך איינצו'טענ'ען מיט דעם פרוי. ווען דער ישמח משה האט דאס געהערט, האט ער אים געזאגט: "נו, עס איז מאנכע מאל גוט אויך אַן אשה צו הערן".

אגב דעם, מענין לענין, הרה"ק מליסקא האט געזאגט: "אז ווען עס מאכט זיך אים אמאל אן ענגשאפט, און ער ווייסט נישט אין א געוויסע ענין וואס צו טוהן, שטעלט ער זיך פאר ווי זיין מאמע שטייט פאר אים און ער פרעגט איר אן עצה, און וואס זי זאגט אים, דאס טוט ער".

ווען זי איז מער נישט געווען קיין בעקערין אין שטוב פון ישמח משה, האָט זי זיך ווייטער געשפּייזט פון באקן געבעקסן און פארקויפן, וואס צוליב דעם האט זי באקומען די נאמען 'שרה די בעקערין', א נאמען מיט וואס זי איז געבליבן פאראייביגט. יעדן טאג האט זי געברענגט אין בית המדרש פון איר געבעקסן און דאס אויסגעטיילט פאר ארימע בחורים וואס האבן נישט געהאט וואס צו עסן.

אויב איז געקומען איינער וואס איז געווען באוויסט אלס א קל, אדער איז פיל מיט שלעכטקייטן, האט זי פאר אזא איינער נישט געוואלט פארקויפט , זאגענדיג: "איך וועל אוועק געבען מיין האראוואניע פאר אזא רשע, וואס וועט אפילו נישט מאכן א געהעריגע ברכה, בורא מיני מזונות?"

כאטש די הייליגע צדיקת שרה ע"ה איז געווען זייער באליבט אין די שטאט אוהעל, און מען פלעגט איר שיקן פון אלעם גוטן און זי אליין איז געווען א בעקערין, האט זי אלעס צוטיילט צווישן ארימעלייט, און איר פרישטיג איז באשטאנען פון טרוקענע ברויט מיט בארשט.

אמאל האט מען איר אויפגעמערקט, אז איר זוהן רבי הירש'לע – וועלכער האט שוין דעמאלטס געוואוינט אין ליסקא – לעבט אין גרויס ארימקייט, און פארוואס שיקט זי אים נישט פון די זאכן וואס זי צוטיילט.

די צדיקת האט אנגעהויבן צו טראכטן אז אפשר זענען זיי גערעכט, איז זי אריבערגעפארן קיין ליסקא צו איר זון, און אים פארגעלייגט די זאך אז ער זאל באשליסן דערוועגן. האט ער איר געענפערט: "מאמע לעבן, טוה נאר וויאזוי דו פארשטייסט, ווייל דו טוסט טיסט זיכער ריכטיג".

 

איר פּטירה און מקום קבורה

די צדיקת איז נפטר געווארן כ"ה טבת שנת תר"א לפ"ק און מען האט איר געלייגט אינעם בית החיים אין אוהעל. דער טאהשער רבי זי"ע האט דערציילט אז מ'האט איר דוקא באערדיגט צו קאפענס פון דעם קבר פון הייליגן רבי סענדערל מקאמארנא זי"ע, אינדרויסן פונעם אוהל, צוליב די אויבענדערמאנטע מעשה.(געדרוקט אין עבודת עבודה ח"ב עמוד שצו.)

אויף איר מצבה איז אויסגעקריצט: פ"נ / אשה זקינה יקרה / וישרה רודפת / צדק בעלות / מעשים טובים מרת / שרה בת כ"ה רפאל / כ"ץ נפ' בשם טוב / ביום כ"ה לחו[דש] טבת / שנ[ת] תרא / תנצבה. (ברם זכור לטוב להרב מרדכי גליקמאן ע"ה ילוד איהעל וואס האט באופן פלא געטראפן דעם שטיין באגראבן אין דער ערד).

הרה"ק מליסקא האט געזאגט, אז עס שטייט אין הייליגן ספר ריקאנטי אז ווער עס ווערט נפטר אין חודש טבת, האט נישט קיין חיבוט הקבר. דאס איז מרומז אין פסוק אין מגילת אסתר 'ותלקח אסתר אל המלך בחודש העשירי הוא חודש טבת'.

דער ליסקא רב האט דערציילט, אז אן אלטע פרוי וואס איז געווען די נאנטסטע חבר'טע פון זיין מוטער די צדיקת ע"ה, האט זיך באשעפטיגט מיט זיין מוטער ווען זי איז נפטר געווארן, און זי האט זייער ביטערליך געוויינט אויף איר.

נאך א טאג צוויי איז זיין מוטער ע"ה געקומען צו איר חבר'טע אין חלום, און האט איר געזאגט: "פארוואס וויינסטו? ווען דו וואלסט געוואוסט דעם גרויסן תענוג וואס איך האב דא אין גן עדן, וואלסטו נישט געוויינט".

יעדעס יאר פלעגט דער ליסקא רב ארויפגיין צום ציון פון זיין רבי'ן דער הייליגער ישמח משה זי"ע אין טאג זיין יארצייט כ"ח תמוז, און ער פלעגט דעמאלס אויך גיין צו די קברים פון זיינע עלטערן וואס ליגן אין דארטיגען בית החיים.

יוצאי עיר איהעל האָבן דערציילט אז יעדן ערב ראש חודש זענען געווען אידן וואס האבן מתפלל געווען ביי איר מצבה, עד כדי כך אז ווען אימער מ'איז געקומען האט מען דארט געטראפן מענטשן זיך אויסבעטן פאר ישועות. אין ספר דרכי הישר והטוב וואס איז געדרוקט געווארן אין יאר תר"ע שטייט: "אז אפילו אין די היינטיגע צייטן גייט צו איר רוה ארט מתפלל צו זיין ווער עס ברויך נאר א ישועה"

כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א דערציילט וואס ער האט געהערט פון הרה"ח ר' יצחק קליין ע"ה א יליד איהעל, א מתפלל אין קאפישער בית המדרש, וואס ער האט געזאגט: "ביי אונז [אין איהעל] האט מען געוויסט אז מ'גייט אויף שרה די בעקערינ'ס ציון, פונקט ווי מ'גייט צו א גוטע איד'ס ציון [א קבר פון א צדיק], און מ'איז געווארן געהאלפן".    

 

העלפט פון יענע וועלט

 

הרה"ק מליסקא אלס יונגערמאן ווען ער האט שוין געוואוינט אין ליסקא, פלעגט ער גאר אפט אריבערקומען צום שכינות'דיגע אוהעל, וואו ער האט זיך אריינגעזעצט אין בית המדרש און פלייסיג געלערנט אן קיין הפסק. יעדעס מאל האט איינער פון זיינע באקאנטע אים איינגעלאדענט צו קומען עסן פרישטאג און נאכטמאל.

אמאל האט מען פון הימל געוואלט אויספרואוון דעם ליסקא רב, און אלע זיינע באקאנטע האבן זיך פארלאזט איינער אויפן אנדערן. יעדער האט געטראכט אז אן אנדערער האט אים געלאדנט צו עסן, און אזוי איז ער געבליבן זיצן לערנען אין בית המדרש א גאנצע נאכט און אויך דעם מארגענדיגן טאג.

אויך דער דריטע טאג איז אזוי פאראיבער, קיינער האט נישט געלאדענט דעם ליסקא רב, און ער זעלבסט האט נישט געבעטן פון קיינעם, נאר ער האט זיך פארלאזט אויפן באשעפער. ער האט געלערנט און געדאווענט מיט די לעצטע כוחות, ביז זיין נשמה איז כמעט ארויס פון אים פון גרויס הונגער.

האלבע נאכט האט איינער געקלאפט אויפן פענסטער פון בית המדרש, און א שטימע פון א פרוי האט געפרעגט: "געפינט זיך דא רבי הירש פון ליסקא?" האט דער ליסקא רב געענפערט: "יא, ער איז דא. וואס ווילט איר"?

האט די פרוי געענפערט: "מיין טאכטער איז שוין א מקשה לילד דריי טאג, און יעצט איז געקומען צו מיין שטוב א פרוי פון יענע וועלט, און האט געזאגט אז איר זון רבי הירש פון ליסקא, זיצט אין בית המדרש, און שוין דריי טעג האט ער גארנישט גענומען אין מויל. דעריבער גיי און געב אים א פערציגער (א געוויסע מטבע), און דיין טאכטער וועט שנעל געהאלפן ווערן. איך האב אזוי געטון און דא האט איר דעם פערציגער, און זייט מתפלל פאר מיין טאכטער".

דער ליסקא רב האט איר געענפערט: "זי האט שוין זיכער געהאט א ישועה מיטן כח פון מיין מאמע שרה די צדיקת ע"ה. ווען די פרוי איז אהיימגעקומען, האט מען איר דערציילט אז איר טאכטער האט שוין געבוירן דאס קינד למזל טוב ובשעה טובה ומוצלחת.

דער ליסקא רב פלעגט צולייגן ביים דערציילן דער מעשה יארן שפעטער, אז ער זעהט מן השמים וויל מען נישט אז ער זאל האבן מער געלט וויפיל ער דארף אויפן פלאץ, ווייל אויב מיין מאמע וואלט געזאגט פאר יענע פרוי אז זי זאל אים געבן הונדערט גולדן, וואלט דאס יענע פרוי אויך געגעבען, ווייל זי האט זיך זייער גענויטיגט אין א ישועה, און די מאמע האט געזאגט אז מען זאל נאר געבן א פערציגער, אז ער זאל זיך קענען דערהאלטן דאס חיות אויפן פלאץ, און ווייטער דארפן אנקומען צום באשעפער.

 

אמאל ווען דער ליסקא רב איז געווען אין פּוילן איז ער אנגעקומען שפעט ביינאכט אין איינע פון די שטעט און געזוכט א פלאץ צו נעכטיגן. נאך שוועריגקייטן האט ער געטראפן א פלאץ ביי א איד וואס האט געהאט א קרעטשמע, אבער יענער האט אים געגעבען נאר א באנק צו שלאפן, אן קיין קישן און דאכענע. ער האט ארפגעלייגט זיין פעקל אונטער זיין קאפ און איינגעשלאפן.

אינמיטן די נאכט האט ער זיך פלוצלינג אויפגעוועקט און געזען אז ער איז ארומגענומען מיט שיכור'ע גוים וואס האבן אנגעפילט די קרעטשמע. ער האט זיך זייער דערשראקן, און ווען ער האט זיך אויסגעדרייט, האט ער געזען אז זיין מאמע די צדיקת – וואס איז שוין געווען אויף יענע וועלט – שטייט נעבן זיין קאפ.

דער ליסקא רב האט פארשטאנען אז זיין מאמע ע"ה איז געקומען פון יענע וועלט אים אפצוהיטן אז די גוים זאלן אים נישט קענען שעדיגן ח"ו.       

 

לזכר נשמת

דער נאמען 'שרה' איז געווארן ווי א מוז ביי יעדע רעכטע ליסקא אייניקל, ביז צום קריג איז נישט געווען א ליסקא משפחה וואס האט נישט געהאט א 'שרה' אין די משפחה. דארט ווי עס איז געוועזען א מאמע מיטן נאמען שרה – על שמה פון די צדיקת שרה ע"ה -  האט מען געוויסט אז אירע זוהן וועלן אויפוואקסען לנוי לתפארת לתורה וליראת שמים. עס האט געארבעט ווי א סגולה. (אין אונגארן בכלל און אין יענעם געגענט בפרט געוועזן אסאך 'שרה קריינטשא', 'שרה' ע"ש שרה די בעקערין און 'קריינטשא' ע"ש הרבנית הצדיקת ע"ה אשת חבר הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע). 

הרה"ק מליסקא האט אלס געוואלט אוועק שטעלן א מזכרת פאר זיין מאמע, אזוי ווי ס'ווערט דערמאנט אינעם הקדמה צום ספה"ק אך פרי תבואה: "כפי השמועה נודע, כי גם בימי נעוריו חשקה נפשו הטהורה לעשות מזכרת עולם לשם אמו נשמתה בגנזי מרומים". מחמת טירדות וטירחות ההמון איז ער נישט אנגעקומען דערצו, דעריבער ווי עס שטייט ווייטער דארט: "...היה רגיל לספר ולשבח צדקתה".

איצט איז ב"ה אָנגעקומען דער פאַסיגער זמן ווען דער ווינטש פון הייליגן ליסקא צדיק זי"ע וועט פאַרווירקליכט ווערן, ווען דער נייער הכנסת אורחים אַפּאַראַט אין די שטאָט ליסקא וועט גערופן ווערן לשמה ולזכרה "אוהל שרה".

ווי באַקאַנט האָט פאַראַיאָר חודש אדר תש"פּ פּאַסירט אַ וויכטיגע געשעעניש אין די חסידישע היסטאָריע, ווען די אונגאַרישע רעגירונג האָט איבערגעשריבן דעם אייגענטום פונעם בית החיים אין די שטאט ליסקא אונטערן בעלות פון ליסקא קהלה אין ניו יאָרק. און מען האלט בקרוב צו פארענדיגן די רענאָוואַציעס ביים ביים ציון המציונת פון הרה"ק בעל אך פּרי תבואה מליסקא זי"ע וחתנו וממלא מקומו הרה"ק בעל טל חיים מליסקא זי"ע, ווי אויך די בוי-אַרבעט פון אַלע נויטיגע איינריכטונגען צו פאַרגרינגערן דעם צוטריט צו דעם מקום קדוש.

אַלס נאָכפאָלגונג איז אויפגעשטעלט געוואָרן דער "קרן בית ליסקא" וואָס באַפאַסט זיך מיט איבערבויען דעם אוהל הקדוש און דעם גדר אַרום דעם בית החיים, ווי אויך אויפבויען דערנעבן אַ בית הכנסת אורחים און אַנדערע וויכטיגע איינריכטונגען וועלכע זענען קריטיש צו פּרעזערווירן דעם מקום קדוש און ערמעגליכן פאַר די פילצאָליגע מתפּללים מכל קצוי תבל אַ גרינגען צוטריט צום ציון הקדוש, איינצורייסן בדבר ישועה ורחמים און אויס'פּועל'ן כל טוב לכלל ולפּרט. דער הכנסת אורחים אָפּאַראַט וועט ווערן אָנגערופן "אוהל שרה" אויפן נאמען פון האשה הצדיקת מרת שרה ע"ה, וועלכע האט אין דעם עוסק געווען ביים לעבן, צו טיילן עסן פאר אידישע קינדער און איר זכות וועט אוודאי מגין זיין אויף אַלע משתתפים להיושע בדבר ישועה ורחמים אמן.




Download
די נייע מצבה, מיט'ן אלטן נוסח, געשטעלט פארנט פונעם קבר פון שרה די בעקערין ע
די נייע מצבה, מיט'ן אלטן נוסח, געשטעלט פארנט פונעם קבר פון שרה די בעקערין ע"ה

 די אריגינעלע מצבה פון שרה די בעקערין ע
די אריגינעלע מצבה פון שרה די בעקערין ע"ה, מוטער פונעם אך פרי תבואה זי"ע, אינעם בית החיים אין די שטאט אוהעל
Sign Up for Updates
קהל עטרת צבי מליסקא
1449 50th Street
Brooklyn,  NY  11219
t. 718-436-5555
ChasideiLiska@Gmail.com
 
BB DESIGN & DEVELOPMENT