פּאַסטפּאָרט, געלט און אַרויס פון קאָמוניסטן

Elul 5780
באַקומען אַלע דריי ביים ציון הקדוש פון הרה"ק בעל אך פּרי תבואה מליסקא זי"ע

פּאַסטפּאָרט, געלט און אַרויס פון קאָמוניסטן

באַקומען אַלע דריי ביים ציון הקדוש פון הרה"ק בעל אך פּרי תבואה מליסקא זי"ע

הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג ריספּלער הי"ו ראש הקהל דסאַטמאַר שילדערט דעם מורא'דיגן מופת וויאַזוי די קאָמוניסטישע זשאָנדאַרן האָבן פאַרפּאַסט זיין פאָטער ז"ל אין די לעצטע מינוט

דורך: נ.ב.צ.

 

אין ליכט פון די גרויסע צוגרייטונגען וואָס ווערן יעצט געמאַכט גענצליך איבערצובויען דעם ציון הקדוש פון הרה"ק בעל אך פּרי תבואה זי"ע וחתנו הרה"ק בעל טל חיים זי"ע אין די שטאָט ליסקא, איז געלונגען צו כאַפּן אַ פּערזענליכן שמועס מיט הרבני הנגיד המפורסם רודף צדקה וחסד ובונה עולמות של תורה מו"ה מאיר זעליג ריספּלער הי"ו, וועלכער איז געווען דער ערשטער פּיאָניר צו רענאָווירן דעם בית החיים און דעם אוהל אין ליסקא נאָנט צו פערציג יאָר צוריק.

ר' מאיר זעליג ני"ו, וועלכער איז אַ שטאַרק פאַרנומענער מענטש סיי אין פּריוואַטן לעבן מיט זיין פאַרצווייגטע ביזנעס בלעה"ר און אין זיין עפענטליכן דינסט אַלס ראש הקהל דסאַטמאַר אין וויליאַמסבורג, האָט באַוויליגט אַוועקצורייסן פון זיין טייערע צייט און נישט בלויז געשילדערט די צוויי מאָל וואָס ער האָט איבערגעבויט דעם בית החיים, נאָר אויך וואָס האָט אים צוגעברענגט דערצו – די מורא'דיגע ישועה וואָס זיין פאָטער הרה"ח המפורסם ר' יחיאל מיכל ריספּלער ז"ל האָט געהאַט ביים ציון הקדוש פונעם הייליגן ליסקא רב בעל אך פּרי תבואה זיעועכי"א.

 

 

דער שרייבער פון די שורות בעט ר' מאיר זעליג ער זאָל דערציילן אַביסעלע ביאָגראַפיע פון זיין פאָטער, וואָס ער טוט גערן:

 

"מיין פאָטער הרה"ח ר' יחיאל מיכל ריספּלער ז"ל איז געבוירן געוואָרן אינמיטן די ערשטע וועלט קריג, אין יאָר תרע"ג, אַלס דער יונגסטער פון דרייצן קינדער. זיין פאָטער הרה"ח ר' מרדכי ז"ל איז געווען אַ גאַליציאַנער, ער איז געקומען פון די באַקאַנטע שטאָט פּשעמישל און איז געווען אַ בעלזער חסיד; ער איז נאָך געפאָרן צום מיטעלן בעלזער רב הרה"ק רבי יהושעלע זי"ע.

"ר' מרדכי האָט זיך שפּעטער געצויגן קיין פּעטעוואַשער, אַ דערפל אין גאַליציע וואו ער איז אויפגענומען געוואָרן אַלץ שו"ב ומו"ץ. ער איז נפטר געוואָרן אין די תר"פּ יאָרן. מיין פאָטער דער יונגסטער קינד איז אַלט געווען אינגאַנצן דרייצן יאָר. פּעטעוואַשער איז געווען אַ קליין דערפל און אָן דעם זיידן אַלס ברויט-געבער האָט די באַבע די אלמנה ע"ה נישט געהאַט פון וואו צו ציען פּרנסה. זי האָט זיך דעמאָלט אַריינגעצויגן מיט די משפּחה קיין אונגאַרן און באַזעצט אין מישקאָ‎לץ וואָס איז געווען אַ גרויסע שטאט און עס איז געווען מער ווער עס זאָל זיך אומקוקן אויף אַן אלמנה מיט יתומים.

"דער טאַטע איז אויפגעצויגן געוואָרן אין מישקאָלץ. נאָך די צווייטע וועלט מלחמה איז ער צוריק אַהיין קיים מישקאָלץ וואו ער האָט חתונה געהאַט און אָנגעהויבן אויפשטעלן אַ אידישע שטוב. דאָרט איז געבוירן געוואָרן מיין עלטערע שוועסטער תחי'. דער אייזענער פורהאַנג פון קאָמוניזם האָט דאַן שוין געהאַט זיך אַנידערגעלאָזט אויף אונגאַרן און עס איז געוואָרן אויסטערליש שווער מיט פּרנסה. בלית ברירה האָט דער טאַטע געהאַנדלט מיט די זעלבע "ביזנעס" פון וואָס אַסאַך ערליכע אידן האָבן געצויגן חיונה.

"דאָס לעבן איז אָנגעגאַנגען אין מישקאָלץ ביז איין טאָג האָט די קאָמוניסטישע רעגירונג אין אונגאַרן אַרויסגעגעבן אַן אַרעסט-באַפעל קעגן דעם טאַטן, זינט דאַן איז ער געוואָרן טמיר ונעלם – ער איז אַנטלאָפן צוערשט אין דעברעצין און דערנאָך קיין נירעדהאַז.

"דער טאַטע האָט אָנגעהויבן זוכן וועגן וויאַזוי צו אַנטלויפן פון אונגאַרן. אין יענע צייטן איז נאָכנישט געווען קיין קאָמפּיוטערס און אין בודאַפּעסט, די הויפּטשטאָט, האָט מען נישט געמוזט וויסן פון אַן אַרעסט-באַפעל אין מישקאָלץ. האָט דער טאַטע ריזיקירט און אַריינגעגעבן אַ פאַרלאַנג ביים אונגאַרישן אויסערן מיניסטעריום צו באַקומען אַ פּאַספּאָרט.

"נאָכקוקענדיג זיין היסטאָריע האָט די אונגאַרישע רעגירונג אים געענטפערט אַז זיי קענען אים נישט שענקען קיין פּאַספּאָרט ווייל ער איז נישט קיין אונגאַרישער בירגער. זיי האָבן גע'טענה'ט אַז ער קומט פון פּשעמישל און פּעטעוואַשער וואָס איידער די ערשטע וועלט קריג זענען די שטעט טאַקע געווען טייל פון גאַליציע, וואָס איז דאַן געווען טייל פון 'גרויס-אונגאַרן', אָבער אַצינד זענען די שטעטלעך טייל פון פּוילן, מילא איז ער אַ פּוילישער בירגער.

"דער טאַטע האָט זיך דאַן געוואָנדן צום פּוילישן קאָנסולאַט אין בודאַפּעסט, וואו ער האָט אַריינגעגעבן וויזע אַפּליקאַציעס פאַר זיך, די מאַמע ע"ה און להבחל"ח מיין שוועסטער. עס האָט אָבער אויסגעזען זייער אַ ווייטע מעגליכקייט אַז פון , ווייל פאַקטיש איז דער זיידע ר' מרדכי קיינמאָל נישט געווען קיין פּוילישער בירגער; ווי דערמאַנט אַז ביז די ערשטע וועלט קריג איז גאַליציע געווען אונטער "עסטרייך-אונגאַרן" און בכלל איז שוין דורך דרייסיג יאָר זינט די באַבע האָט זיך געצויגן קיין מישקאָלץ, אונגאַרן.

אינצווישן איז אָנגעקומען דאָס יאָר תשי"א, 951' למספּרם, וואָס ווער עס איז באַקאַנט, איז אין יענעם יאָר געווען דאָס קלימאַקס פונעם קאָמוניסטישן רשעות אין אונגאַרן. דער רעזשים איז געוואָרן זייער שטרענג, און דער מצב פאַר אידן זייער ענג. דער טאַטע האָט זייער געוואָלט אַרויספאָרן פון לאַנד, פון איין זייט הענגט אויף אים דאָס קאָמוניסטישע האַרטנעקיגייט און פון די אַנדערע זייט הענגט אויף אים אַן אַרעסט-באַפעל. פּרנסה האָט ער נישט געקענט פאַרדינען, און אפילו עס וועט אים יאָ געלונגען צו באַקומען די פּאַספּאָרטן, קאָסט דאָס אַרויספאָרן אַסאַך געלט וואָס ער פאַרמאָגט נישט.

"בצר לו האָט דער טאַטע זיך אויפגעהויבן איין טאָג און אַרויסגעלאָזט אויף אַ נסיעה צו די קברי צדיקים אין אונגאַרן און איינגעריסן אויף אַ ישועה. דער טאַטע האָט איבעראָל מתפּלל געווען אויף די צוויי זאַכן: 1) ער זאָל באַקומען פּאַפּירן צו קענען אַרויספאָרן, 2) ער זאָל האָבן דאָס געלט אַרויסצופאָרן.

"איין פרייטאָג איז דער טאַטע אָנגעקומען אין ליסקא צום ציון פון הייליגען רבי הערשעלע זי"ע בעל אך פּרי תבואה און דאָרט האָט ער זיך זייער שטאַרק אויסגעוויינט. ביים אַרויסגיין פון דעם ציון האָט ער געשפּירט ווי ער אַ געהאָלפענער! ער האָט געפילט ווי אַ שטיין איז אים אַראָפּ פון האַרצן".

"דער טאַטע פלעגט דאָס מיר אַזוי אַראָפּלייגן: 'אַ מענטש שפּירט. איך ווייס נישט פאַרוואָס איך האָב אַזוי געשפּירט, אָבער אַזוי האָב איך געשפּירט. טראָץ איך בין געווען ביי אַנדערע קברי צדיקים אויך, האָב איך ביי רבי הערשעלע מליסקא געשפּירט ווי איך האָב באַקומען די ישועה. נאָכדעם בין איך שוין נישט געגאַנגען אין ערגעץ, איך האָב געוואוסט אַז איך בין געהאָלפן'.

"דער טאַטע האָט זיך שנעל אַרויסגעלאָזט אין וועג קיין נירעדהאַז, עס איז שוין געווען ערב שבת נאָכמיטאָג. ווען ער איז אָנגעקומען אַהיים האָט די מאַמע ע"ה שוין געהאַט געבענטשט שבת-לעכט. ווילאַנג דער טאַטע האָט זיך איבערגעטון שבת'דיג קלאַפּט מען אין די טיר – עס איז אָנגעקומען פּאָסט פונעם פּוילישן קאָנסולאַט אין בודאַפּעסט וואָס האָט אַנהאַלטן דריי פּאַספּאָרטן, פאַר'ן טאַטן, די מאַמע און פונאַנדערגעשיידט מיין שוועסטער!

"אַלע דריי קענען אַרויספאָרן פון לאַנד!

"צוויי טעג שפּעטער קומט אָן קיין נירעדהאַז אַ שליח פון פּעסט פון הרה"ח העסקן הדגול ר' משה וואַסערמאַן ז"ל הי"ד. ער איז געווען אַ מחותן מיט'ן באַקאַנטן עסקן ושתדלן לטובת בתי חיים באייראָפּע, הרה"ח ר' צבי קעסטענבוים ז"ל דער גרונדער פון "אָ-די-עי". ר' הערשל'ס עלטסטער זון, יבלחט"א הרה"ג רבי שמואל קעסטענבוים שליט"א פון קרית יואל איז אַן איידעם ביי דעם ר' משה וואַסערמאַן. ער איז געווען אַ געוואַלדיגער כלל-טוער אין פּעסט אין יענע צייטן. ער האָט זיך מוסר נפש געווען פאַר אידן. שפּעטער האָט דער אונגאַרישער רעזשים אים געכאַפּט און אַרעסטירט. אין טורמע האָט מען אים נעבעך געפּייניגט צום טויט און ער איז אויסגעגאַנגען. ער ליגט באַהאַלטן אינעם נייעם בית החיים אין בודאַפּעסט. זיין טאָכטער איז געווען אַ יתומה ווען זי האָט חתונה געהאַט צו רבי שמואל קעסטענבוים שליט"א.

"על כל פּנים, זיין שליח קומט אָן קיין נירעדהאַז און ברענגט צו מיין טאַטן אַ בריוו אין וועלכן ער שרייבט ווי פאָלגענד:

"'איך ווייס ר' מיכל אַז דו ביזט אויף צרות. דאָ אין פּעסט איז איצט געשטאָרבן אַ איד. איידער זיין פּטירה האָט ער מיך געלאָזט רופן אַז ער לאָזט איבער געלט און ער בעט איך זאָל דאָס פאַרטיילן לאחר פּטירתו פאַר נצרכים. היות איך ווייס ר' מיכל אַז דו ביזט איצט אַ גרויסער נצרך, שיק איך דיר דאָס געלט'!

"דער טאַטע האָט שווער געגלייבט וואָס ער זעט פאַר די אויגן. איצט אַז ער האָט שוין געהאַט די פּאַספּאָרטן און געלט אויך, האָט ער נאָך יענעם טאָג זיך אַרויפגעזעצט אויף די באַן מיט די מאַמע און שוועסטער און אַריבערגעפאָרן קיין וויען, עסטרייך – באַפרייט פון די קאָמוניסטישע אונגאַרן.

"אין נירעדהאַז האָט געוואוינט אַ איד הרה"ח ר' יחזקאל ליסויער ז"ל. ער איז ערשט אַרויסגעקומען פון אונגאַרן שפּעטער ביי די 56' רעוואָלוציע. ווען ער האָט זיך געטראָפן מיט'ן טאַטן האָט ער אים דערציילט, אַז דער טאַטע איז אַוועקגעפאָרן אינמיטן טאָג, יענע נאַכט זענען אָנגעקומען אונגאַרישע זשאָנדאַרן צו זיין הויז ווייל זיי האָבן זיך דערוואוסט פון זיין באַהעלטעניש און זענען געקומען אים אַרעסטירן.

"אָבער בחסדי ה', דער טאַטע איז שוין דעמאָלט געווען אַריבער די גרעניץ אין וויען...

"מיין טאַטע ז"ל פלעגט אַסאַך דערציילן די מעשה און יעדעס מאָל אָפּגעבן אַ שבח והודאה להשי"ת און אַרויסברענגען דעם גרויסן כח פון צדיקים: 'געב אַ קוק, פרייטאג בין איך געווען אין ליסקא ביים אך פּרי תבואה און מאָנטאָג דערויף האָב איך שוין אַלעס געהאַט: פּאַספּאָרטן, געלט און שוין געווען אַרויס פון אונגאַרן און ממש צו די ריכטיגע מינוט. ווען איך בלייב ווען אין נירעדהאַז נאָך איין נאַכט וואָלט איך אַרעסטירט געוואָרן. די זשאָנדאַרן האָבן מיך פאַרפּאַסט מיט עטליכע שעה!'

"דער טאַטע איז זינט דעמאָלט געבליבן זייער דבוק אין רבי הערשעלע מליסקא זי"ע; ער פלעגט יעדן שבת לערנען זיין ספה"ק 'אך פּרי תבואה'."

 

 

אייער טאַטע איז גלייך דעמאָלט אַרויסגעקומען קיין אַמעריקע? פרעגן מיר ר' מאיר זעליג.

 

"ניין. אַמעריקע האָט דעמאָלט געהאַט פאַרשלאָסן אירע טויערן און קיינעם נישט אַריינגעלאָזט. דער טאַטע איז געבליבן וואוינען אין וויען פינף יאָר.

"ווען עס האָט אויסגעבראָכן די רעוואָלוציע אין אונגאַרן, אין 956' (תשי"ז), האָט אַמעריקע צוריק געעפנט אירע טויערן אַריינצולאָזן די אַנטלאָפענע פון קאָמוניזם. דעמאָלט איז דער טאַטע אָנגעקומען מיט אַלע פּליטים קיין אַמעריקע. ער איז שוין געווען פינף יאָר פריער באַפרייט, אָבער קיין אַמעריקע איז ער אָנגעקומען צוזאַמען מיט זיינע לאַנדסלייט."

"די 'הייאַס', (אַמעריקאַנער אידישער פּליטים אַגענטור), האָט ערלעדיגט פּאַפּירן און אַנדערע געברויכן פאַר די אידישע פּליטים. פאַר'ן טאַטן האָבן זיי געשיקט פּאַפּירן און אים געזאָגט אַז ער קען זיך באַזעצן אין סעאַטעל, וואַשינגטאָן וואו מען וועט אים באַצאָלן אַלע קאָסטן ווי אויך צושטעלן, אַ דירה און אפילו פאַרשפּראָכן אַ פּרנסה אא"וו.

"דער פליגער האָט אָבער געלאַנדעט אין ניו יאָרק און דער טאַטע איז דאָך געווען אַן ערליכער איד, איז ער קודם אַריין צום סאַטמאַרער רבי'ן זי"ע שואל עצה זיין צי ער זאָל טאַקע גיין אַהין באַזעצן. ער איז אַריין צום רבי'ן און דערציילט אַז ער קומט איצט פון וויען און הייאַס שיקט אים אויף סעאַטעל. זאָגט אים דער רבי, 'ניין, אין סעאַטעל קען מען נישט אויפציען ערליכע קינדער. בלייב דאָ אין ווילאמסבורג, וועסטו האָבן ערליכע, וואוילע קינדער'.

"דער טאַטע האָט טאַקע מיט מסירת נפש אויפגעגעבן אויף אַלעם וואָס הייאַס האָט אים פאַרשפּראָכן – און זיי האָבן געוואָלט אויסצאָלן אַלע הוצאות – און געבליבן וואוינען אין וויליאַמסבורג וואו ער האָט זיך געדאַרפט אַלעס אַליין פאַרשאַפן."

 

 

דער טאַטע האָט געקענט דעם סאַטמאַרער רבי'ן נאָך פונדערהיים?

 

"ניין. אָבער אַז ער איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע און מען האָט אים געוואָלט פאַרשיקן אין אַנדערן עק לאַנד, האָט ער געשפּירט ער מוז קודם גיין פרעגן אַ צדיק.

"אַביסל האָט דער טאַטע שוין געהערט פון רבי'ן פריער, ווייל ער איז זייער נאָנט געווען מיט הרה"ק רבי יחזקאל'ע מערץ זצ"ל, נאָך אין אונגאַרן און אויך שפּעטער ווען רבי יחזקאל'ע איז אָנגעקומען קיין וויען ביי די רעוואָלוציע. זיי זענען געווען אַזוי נאָנט אַז ווען רבי יחזקאלע'ס רביצין איז איינמאָל נישט געזונט געווען און מען האָט געדאַרפט צעטיילן זיינע קינדער האָט רבי יחזקאלע געשיקט איינע פון זיינע קינדער צו מיין מאַמע. (דאָס איז געווען הרבנית הצדיקת פרומט ע"ה, אשת להבחל"ח כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף-סיגעט שליט"א). דורך רבי יחזקאלע האָט דער טאַטע שוין געהערט פון רבי'ן אינדערהיים".

 

 

און אין וויליאַמסבורג, ה‎אָט דער טאַטע זיך מדבק געווען אין סאַטמאַרער רבי'ן?

 

"יאָ, ער איז געוואָרן אַ שטאַרקער חסיד. ער האָט געשיקט אונז קינדער לערנען אין סאַטמאַר. אַלס בחור האָב איך געלערנט אין נייטרא."

 

 

ווער האָט אייך אַנגאַזשירט צו טון פאַר'ן בית החיים אין ליסקא?

 

"דאָס איז געווען אַ השגחה פּרטית פאַר זיך" דרוקט זיך אויס ר' מאיר זעליג און דערציילט ווי פאָלגענד:

 איך האָב געהאַט מיין אַקאַונטינג פירמע אין די זעלבע געביידע וואו הרה"ח ר' הערשל קעסטענבוים ז"ל האָט געהאַט זיין אָפיס. (עס איז נישט געווען דאָרט וואו אָ-די-עי האָט געהאַט דעם מעדיקל קליניק; דאָס איז דעמאָלט געווען אויף ראָטלידזש סטריט. מיר זענען געווען אין אַן געביידע וואָס האָט געהערט פאַר ר' זלמן קליין און ר' אהרן גוטמאַן). מיין אָפיס איז געווען אויפ'ן דריטן פלאָר און ר' הערש האָט געהאַט געדונגען די צוויי העכערע שטאָקן פאַר אָו-די-עי. איך בין געווען מיט אים אַ גוטער פריינט און אָפט ביי מיטאָג פלעג איך אַרויפגיין צו זיין אָפיס שמועסן.

זייענדיג איינמאָל אין זיין אָפיס דערציילט ער מיר, מסיח לפי תומו, אז ער האט פונקט נארוואס גערעדט טעלעפויניש מיט דער היבנוב'ער רב אַז דער בית החיים אין ליסקא איז זייער נאָכגעלאָזט. דער אוהל פונעם אך פּרי תבואה איז אינגאַנצן פאַר'חורב'ט, דער צוים אַרום דעם בית עלמין איז צעבראָכן; עס דרייען זיך דאָרט די ציגאַנער און עס האַלט אַזוי ווייט אַז די אַרומיגע שכנים קומען אַריין מיט זייערע קיען און פּאַשען אויפ'ן בית החיים.

ר' הערשל, וועלכער האָט צענדליגער יאָרן גע'שתדל'ט פאַר אידישע בתי חיים אין אייראָפּע און איבער דער וועלט איז אין יענע תקופה אויפגענומען מיט דעם געדאַנק פון גרינדן אַ ספּעציעלע קאָמיסיע אינערהאַלב דער אַמעריקאַנער רעגירונג צו שיצן אויף אידישע בתי חיים, ווייל אַזאַ אָפיציעלע אַמעריקאַנער קערפּערשאַפט וועט טראָגן פיל מער געוויכט ביים פאַרהאַנדלען מיט די אייראָפּעאישע רעגירונגען. נאָך פיל שתדלנות ביי קאָנגרעסלייט און סענאַטאָרן איז ר' הערשל אין יענע תקופה איז ר' הערשל געווען אינסטרומענטאַל אין אויפשטעלן די באַקאַנטע "יונייטעד סטעיט קאָמישאָן פאָר די פּרעזערוועישאן אָף אַמעריקען העריטעדזש אַבראָוד" (אַמעריקאַנער קאָמיסיע צו פּרעזערווירן אידישע בתי חיים אין אייראָפּע).

אויפ'ן באָורד פון די נייע קאָמיסיע איז אויך אויפגענומען געוואָרן הגה"צ רבי אברהם יהושע העשיל פריעדלענדער שליט"א אבד"ק היבנוב בן כ"ק אדמו"ר מליסקא מהר"י זצ"ל. אַזוי איז אָנגעקומען צו ר' הערשל דער מצב פונעם ליסקא בית החיים און ער געט מיך אַזאַ פרעג, אַזוי כמעט אומווילענדיג: "מען דאַרף שאַפן געלט איבערצובויען דעם בית החיים, אפשר ווילסטו אַביסל צושטייער געבן?"

הערענדיג אַז די רעדע איז פון ליסקא געב איך אים אַ זאָג: "איר ווייסט וואָס ר' הערשל? ליסקא – איך וועל אויסצאָלן די גאַנצע זאַך!"

ער איז געוואָרן שאָקירט! ער האָט גלייך אָנגערופן דעם הינבובער רב שליט"א און דערציילט אים מיט אַן אומגלויבליכע מינע: "איך האָב געטראָפן אַ נדבן וואָס איז גרייט צו צאָלן דאָס גאַנצע!"

דעמאָלט האָב איך געפרעגט ר' הערש צי מען קען אויך עפּעס טון וועגן דעם בית החיים אין פּעטעוואַשער, וואו מיין זיידע ר' מרדכי ריספּלער ז"ל ליגט. ער האָט אַפירגענומען אַ מאַפּע און נאָכגעקוקט וואו דאָס איז, און ער האָט באַלד זיך פאַרבונדן דורך זיינע קאָנטאַקטן און געהערט אַז דער בית החיים אין שטעטל עקזיסטירט נאָך און איז פול מיט אידישע מצבות.

מיר האָבן טאַקע דאַן געהאַט די זכי' איבערצובויען ביידע בתי חיים. אין ליסקא האָט דער היבנובער רב שליט"א אָנגעפירט די אַרבעט צו רענאָווירן און מתקן דעם גאַנצן בית החיים. מען האָט אין אָרדענונג געברענגט דעם אוהל ווי עס פּאַסט פאַר אַזאַ מקום קדוש, ווי אויך פאַרראָכטן דעם גדר אַרום דעם בית החיים און צוגעבויט וואו עס האָט אויסגעפעלט. מען האָט אויפגעהויבן מצבות און אויפגעריייניגט די שמוץ און אויסגעריסן די גראָזן, געבויט אַ ספּעציעלן אַריינגאַנג אַז קאַרס וואָס קומען אָן צום ציון זאָלן קענען אַריינפאָרן אינעווייניג אינעם צוים און נישט ווערן באַפאַלן דורך די ציגאַנער וועלכע שנאָרן געלט אא"וו, אויך האָט מען געשטעלט אַ שומר אויף אַ גאַנץ יאָר,  אין איין וואָרט: אַהערגעשטעלט דעם בית החיים לויט די בעסטע אומשטענדן פון יענע יאָרן.

אין צוגאָב איז דער בית החיים דעמאָלט דעזיגנירט געוואָרן דורך די אונגאַרישע רעגירונג אַלס אַ "לענדמאַרק" וואָס מיינט אַז די לאָקאַלע רעגירונג קען דאָס נישט צורירן. (אין פּעטעשוואַר, ווידעראום, איז דער בית החיים איבערגעבויט געוואָרן דורך די היינטיגע וואויל-באַרימטע "אבותינו" אָרגאַניזאַציע וואָס איז געשאַפן געוואָרן אין יענע יאָרן).

דאָס אַלעס איז געווען אין יאָר תשמ"ד-מ"ה. עס איז דורך אַ שטיק צייט און איך האָב ווידערמאָל זוכה געווען איבערצובויען דעם ליסקא בית החיים.

אין וויליאַמסבורג איז דאָ אַן עסקן הרה"ח ר' שמעון פריעדמאַן הי"ו (בן הרה"ח ר' יעקב ז"ל בן הרה"ח המפורסם ר' שלמה אהרן ז"ל בעל "מראה אש") וועלכער איז אויך אַ גרויסער עסקן פאַר בתי חיים אין אייראָפּע. ער רופט מיך אָן איין טאָג אַז ער איז געווען אין אונגאַרן און דער ליסקא בית החיים פאָדערט אַן אויפפרישונג.

"וויאַזוי קען דאָס זיין" – פרעג איך אים. "מען האָט דאָס ממש יעצט פאַרראָכטן?"

ווי עס זעט אויס האָט דער גוי נישט געהעריג פאַרראָכטן אַלעס און עס פאָדערט פרישע רענאָוואַציעס. אויסער דעם, זאָגט ער מיר, האָבן די ציגאַנער ווידער געטראָפן אַ פּירצה קוראה לגנב וויאַזוי אַריינצוקומען אינעם בית החיים (אין יענע יאָרן האָבן זיך נאָך געדרייט ציגאַנער אין אַלע אונגאַרישע שטעט).

דעמאָלט האָב איך נאָכאַמאָל באַצאָלט צענדליגער טויזנטער דאָלאַרן מען זאָל פריש מתקן זיין דעם בית החיים. מען האָט באַפעסטיגט דעם גדר און אַמוויכטיגסטענס – אַריינגעצויגן עלקטעריק אַז מענטשן וואָס קומען אָן ביינאַכט זאָלן זעען וואו צו שטעלן די טריט און קענען דאַווענען ביים ציון. איך האָב נישט געשנאָרט פון קיינעם; איך האָב אַלעס געצאָלט פון מיין טאַש. שפּעטער האָב איך דערציילט פאַר מיין טאַטן אַז דאָס גאַנצע געלט האָב איך געצאָלט לכבודו, איז ער געוואָרן אויסטערליש פרייליך און ער האָט מיר געזאָגט:

"וואָס איז מיט דיר? ווען נישט דער הייליגער רבי הערשעלע מליסקא זענען מיר היינט נישט דאָ".

מיין טאַטע ז"ל איז נפטר געוואָרן כ"ד תמוז תשנ"ח. לשמו ולזכרו האָט מען אויפגעשטעלט דעם באַקאַנטן בית המדרש הגדול "זכרון יחיאל מיכל" אין סאַטמאַרער איחוד קאָנטרי ווי אויך נאָך בתי מדרשים. יהא זכרו ברוך וזכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.



Download
, , מאיר זעליג ריספּלער, ezra friedlander
, , מאיר זעליג ריספּלער, ezra friedlander
, , מאיר זעליג ריספּלער, ezra friedlander
, , מאיר זעליג ריספּלער, ezra friedlander
, , מאיר זעליג ריספּלער, ezra friedlander
, , מאיר זעליג ריספּלער, ezra friedlander
, , מאיר זעליג ריספּלער, ezra friedlander
Sign Up for Updates
קהל עטרת צבי מליסקא
1449 50th Street
Brooklyn,  NY  11219
t. 718-436-5555
ChasideiLiska@Gmail.com
 
BB DESIGN & DEVELOPMENT