״בית מדרש להוראה״ ערפולט חלל בעולם הישיבות אין קאראנע צייטן

Elul 5780
ערוואַקסענע בחורים זענען זיך משלים אין יורה דעה אין געשמאַקע חבורה – פרישער מחזור וועט זיך אָנהויבן יום א׳ דסליחות בעז״ה

"בית מדרש להוראה" ערפולט חלל בעולם הישיבות אין קאראנע צייטן

ערוואַקסענע בחורים זענען זיך משלים אין יורה דעה אין געשמאַקע חבורה – פרישער מחזור וועט זיך אָנהויבן יום א' דסליחות בעז"ה

בארא פּארק. – אַ דערקוויקענדע ערשיינונג וואָס האָט אויפגעשיינט ווי שטראַלן אין דער פינסטערניש אין די שווערע קאָראָנעוויירוס עפּאָכע, איז דער נייער "בית המדרש להוראה" פאַר ערוואַקסענע בחורים וועלכע קענען נישט פאָרן צו זייערע ישיבות צוליב די פאַרשפּאַרטע גרעניצן, און פאַרזאַמלען זיך מידי יום ביומו אין בית המדרש קהל עטרת צבי דליסקא אין באָראָ פּאַרק אויף די פופציגסטע גאַס צווישן 14טע און 15טע עוועניוס, וואו זיי זענען לערנען שולחן ערוך יורה דעה בצותא חדא און זענען זיך משלים בלימוד "הוראה".

שוין נאָנט צו אַ האַלב יאָר איז דער עולם הישיבות שטאַרק אונטערגעבראָכן צוליב דעם וואָס די מדינות האָבן פאַרשפּאַרט זייערע טויערן פאַר אויסלענדער און בחורים פון אַנדערע לענדער קענען נישט קומען צו פאָרן לערנען אין זייערע פּאַסיגע ישיבות. בפרט איז דאָס דער מצב אין ארץ ישראל וואו געווענליך קומען צו פאָרן בחורים פון איבער דער וועלט צו לערנען אין די אָרטיגע גרויסע ישיבות, אָבער זינט פּסח איז "אין יוצא ואין בא", די אַמעריקאַנער בחורים, ווי אויך בחורים פון אייראָפּע, קאַנאַדע אא"וו זענען געצוואונגען צו בלייבן אינדערהיים.

טראָץ דעם שווערן מצב איז דער כח התורה ב"ה נישט אונטערגעגאַנגען. רבנים וראשי ישיבות, ווי אויך די תלמידי הישיבות צווישן זיך, האָבן זיך געזאָרגט אַז תורה זאָל נישט פאַרגעסן ווערן פון כלל ישראל און אומצאָליגע בחורים האָבן זיך אַריינגעזעצט לערנען אין לאָקאַלע בתי מדרשים, וואו זיי זענען עוסק בתורה אָן קיין אָפיציעלע ישיבישע פאָרמאַט, ווי עס איז געווען דער מנהג אין דער אַלטערהיים אין פּוילן.

איין מערקווירדיגער אויפשטייג איז אַנשטאַנען צווישן בחורים מתמידים בתורה וועלכע האָבן באַשלאָסן אויסצונוצן די טומלדיגע צייט און זיך אַריינלייגן צו לערנען שולחן ערוך יורה דעה ללמוד וללמד, צו קענען פאַרהערן די הוראה און באַקומען סמיכה – אַ לימוד וואָס מען לערנט נישט אין די גרויסע ישיבות אין ארץ ישראל.

אַ שיינער מספּר פון אַזעלכע בחורים האָבן אין די לעצטע פּאָר חדשים זיך געוואָנדן צום ליסקא רבי'ן הגה"צ רבי צבי הירש פריעדלענדער שליט"א, וועלכער איז באַקאַנט אַלס תלמיד חכם גדול ומורה הוראה און האָט געהאַט שימוש ביים גרויסער גאון וצדיק דער קאַפּישער רב זצ"ל בעל משנת יעקב, ווי אויך ביים פּוסק הדור הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל, און געבעטן דער רבי שליט"א זאָל זיי מדריך זיין בלימוד הוראה, לויט די כללים והדרכות וואָס ער האָט פּערזענליך מקבל געווען פון די גדולי הפּוסקים פונעם פריערדיגן דור.

די בחורים זענען געקומען צום באַשלוס אַז וויבאַלד זיי האָבן סייווי געווידמעט דעם זומער דורכצולערנען שולחן ערוך יורה דעה, איז אַ שאָד נישט אַריינצוכאַפּן און לערנען פון אַזאַ רב מובהק ומומחה בהוראה און נהנה זיין פון אַזאַ סאָרט סיסטעם וואו מען לערנט אין אַ "בית המדרש" פאָרמאַט אונטער די הדרכה פון אַ גאון ובעל הסבר. דער ליסקא רבי שליט"א איז נעתר געוואָרן לבקשתם און מייסד געווען דעם בית המדרש להוראה לשמו ולזכרו פון זיין הייליגן זיידן הרה"ק בעל אך פּרי תבואה זי"ע, ויקרא שמו בישראל "בית המדרש להוראה אך פּרי תבואה דליסקא".

אַצינד איז שוין עטליכע חדשים זינט די בחורים האָבן זיך טאַקע אַריינגעזעצט אין ליסקא בית המדרש וואו זיי זענען זיך ממית באהלה של תורה מיט אַ געוואַלדיגע התמדה און זענען זיך גענצליך משקיע אין דעם שווערן אָבער געשמאַקן לימוד, באַגלייט מיט הערליכע שיעורים און פּערזענליכע אָנווייזונגען פונעם ליסקא רבי'ן שליט"א. קומענדיגן ענדע חודש אלול, ביום א' סליחות, גייט מען אָנהויבן אַ פרישן מחזור אין יורה דעה און עס איז געבליבן פּלאַץ פאַר אַן ענגע צאָל בחורים מצוינים זיך איינצושרייבן אינעם נייעם "בית המדרש להוראה" און זיך אָנצושליסן אין די שיעורים.

עס איז כדאי צו נאָטירן, אַז נישט אין יעדע ישיבה לערנט מען הוראה און איצט בשעת מען קען נישט לערנען אין ישיבות איז דאָס אַן אויסערגעווענליכע געלעגנהייט פאַר בחורים וואָס ווילן זיך משלים זיין אין דעם וויכטיגן לימוד וואָס באַגלייט אַ איד אויפ'ן גאַנצן לעבן, בפרט בחורים עילויים וועלכע האָבן אַ פּאָטענציעל אויסצושטייגן מורי הוראה בישראל.

דער בית המדרש איז מיוסד דוקא פאַר בחורים פון אַכצן יאָר און העכער וואָס שטייען שוין אין שידוכים, אָדער פאַר פרישע יונגעלייט גלייך נאָך די חתונה וואָס ווילן זיך משלים זיין אין הוראה. איצט האָבן זיי אַ געלעגנהייט צו לערנען בצותא חדא, אין אַן אַטמאָספערע פון חשק התורה דורך בחורים בעלי כשרונות, און גלייכצייטיג הערן די וויכטיגע שיעורים אין שולחן ערוך יורה וואָס ווערט פאָרגעלערנט אויפ'ן אַלטמאָדישן שטייגער וואָס מען האָט געזען און געהערט פון די פריערדיגע שרי התורה גדולי הפּוסקים פון פריערדיגן דור, און קונה זיין דעם ריכטיגן דרך פון הוראה אשר מפּיהם אנו חיים.

עס מוז אויך אַרויסגעברענגט ווערן אַז דער תכלית פון דעם בית המדרש להוראה איז נישט צו בויען אַ ישיבה, נאָר צו דינען דוקא ווי אַן ענגע חבורה פון לומדי יורה דעה. מען זוכט צו האַלטן דעם מספּר החברים בצמצום מאוד. דער צוועק פון דעם נייעס באַריכט איז נאָר צו לאָזן וויסן אַז עס עקזיסטירט אַזאַ חבורה און ווער עס איז אינטערעסירט דערין זאָל זיך קענען אָנשליסן. פאַראינטערעסירטע קענען רופן: 718-436-5555 ובואי ותחי נפשכם.



Tags
Sign Up for Updates
קהל עטרת צבי מליסקא
1449 50th Street
Brooklyn,  NY  11219
t. 718-436-5555
ChasideiLiska@Gmail.com
 
BB DESIGN & DEVELOPMENT