4

Wednesday, July 29, 2020

 

צוריקגעגעבן צוואָנציג טויזנט לעי

 

אין ספר "זכר צדיק לברכה" פון הרה"ח ר' אברהם דוד גליק ז"ל איז דערציילט, ווי פאָלגענד:

ווען דער רבי זי"ע האָט געוואוינט אין סאַטמאַר, צום ערשטן מאָל אַלס יונגערמאַן נאָך שנה ראשונה, איז אָנגעקומען אַ ידיעה  צו איינעם פון די עשירים פון שטאָט אַז דער גראָסערי מאַן האָט זיך באַקלאָגט אַז דער רבי איז שולדיג אַ גרויסן סכום געלט אין די גראָסערי.

אַ איד אַן עושר און נשוא פּנים, פון די עלטערע חשובע אידן אין סאַטמאַר (ער איז געווען אַ פעטער פון ר' שמואל פריינד ע"ה פון נירעדהאַז) איז אַריבערגעקומען צום רבי'ן אין שטוב און ער האָט געגעבן פאַר'ן רבי'ן אַ סכום פון צוואָנציג טויזנט לעי (ראָמעניש געלט) זאָגענדיג: "עס איז נישט קיין כבוד פאַר אבותיו הקדושים פון רבי'ן אַז זייער'ס אַ קינד זאָל זיין שולדיג אַזויפיל געלט אין די גראָסערי".

ווי נאָר דער איד איז אַרויסגעגאַנגען פון רבינ'ס שטוב האָט דער פּאָסט-טרעגער אַריינגעברענגט צום רבי'ן אַ קאַרטל פון סיגעט. דער רבי זי"ע ליינט אָפּ דאָס קאַרטל און זעט אַז עס איז אַ בריוו פון אַ באַקאַנטע אלמנה. זי שרייבט פאַר'ן רבי'ן אַז זי האָט אַ טאָכטער פון 30 יאָר, זי האָט ענדליך אַ שידוך געטון מיט איר אָבער זי נויטיגט זיך אין צוואָנציג טויזנט לעי פאַר נדן; אויב זי קען נישט צושטעלן דאָס געלט איז דער שידוך אין אַ געפאַר און איר טאָכטער קען שטאַרק פאַרשעמט ווערן ל"ע.

דער רבי האָט גענומען די צוואָנציג טויזנט לעי וואָס ער האָט נאָרוואָס באַקומען פון דעם גביר צו באַצאָלן זיין גראָסערי חוב און ער האָט גלייך אַריבערגעשיקט מיט די פּאָסט דאָס גאַנצע געלט קיין סיגעט פאַר די אלמנה.

עס איז ווידער אָנגעקומען צום יענעם עושר אַ ידיעה אַז דער רבי איז נאָך אַלץ שולדיג דעם גרויסן סכום אין גראָסערי, איז ער אַריבער צום רבי'ן און אים פאָרגעהאַלטן: "איך האָב אייך געגעבן אַ גרויסן סכום געלט, און היתכן דער גראָסערי מאַן באַקלאָגט זיך נאָך אַלץ אַז איר זענט אים שולדיג גרויס געלט?"

האָט דער רבי זי"ע אים אויסגעזאָגט דעם ריינעם אמת, ער האָט אים דערציילט וועגן דעם בריוו וואָס איז אָנגעקומען פון סיגעט גלייך נאָכדעם וואָס ער איז אַרויס פון הויז און דער רבי האָט געזאָגט "ווי עס זעט אויס איז דאָס געווען ממש מן השמים אַז תיכף נאָכדעם וואָס איך האָב ערהאַלטן צוואָנציג טויזנט לעי איז אָנגעקומען אַ בריוו פון אַן אלמנה אַז זי נויטיגט זיך ממש אין דעם סכום".

דער איד, זייענדיג שוין אַן עלטערער איד בן שמונים, האָט זיך געוואַגט צו רעדן שטרענג צום רבי'ן און ער אָט געזאָגט מיט אַ שאַרפן טאָן: "איך האָב אייך געגעבן דאָס געלט אויף דעם תנאי איר זאָלט באַצאָלן די גראָסערי, איר האָט נישט געהאַט קיין רעכט אויסצוגעבן דאָס געלט פאַר אַנדערע צוועקן".

ווי דער רבי האָט דאָס געהערט האָט ער אים געענטפערט: "אַנטשולדיגט מיר ר' איד, איך האָב גענוג איין יצר הרע. הלכות צדקה וועט איר מיר נישט לערנען, איך בעט אייך, קומט אַריבער נאָך מנחה וועל איך אייך צוריקגעבן דאָס גאַנצע געלט".

וכך הוה, יענעם טאָג ביי מנחה האָט יענער איז צוריקבאַקומען פון רבי'ן דאָס גאַנצע געלט.

 

 

פון אייער זיידן האָב איך זיך דאָס געלערנט

 

אין ספר זכר צדיק לברכה איז געברענגט אַז די מעשה האָט אַ צווייטע העלפט, ווי פאָלגנד:

בשעת יענער איד האָט זיך גע'טענה'ט מיט'ן רבי'ן זי"ע וועגן דעם געלט, האָט ער געפרעגט דעם רבי'ן "אמת טאַקע אַז דער רבי וויל העלפן אידן, אבער וואו שטייט אַז פאַר איין אָרעמאַן דאַרף מען געבן אַזאַ גרויסן סכום? נאָכדערצו אין אַ צייט וואָס מיט דעם סכום וואָלט מען געקענט מחי' זיין מערערע אָרעמעלייט".

האָט אים דער רבי געענטפערט:

"פון אייער זיידן האָב איך מיך דאָס אויסגעלערנט, צו געבן אפילו פאַר איין אָרעמאַן אַ גאָר גרויסן סכום, און הערט וועל איך אייך דערציילן די גאַנצע מעשה".

דער הייליגער רבי ר' הערשעלע מליסקא זי"ע פלעגט אָפט קומען צו פאָרן קיין מונקאַטש אויף די בקשה פון זיינע חסידים וועלכע האָבן געוואוינט דאָרט.

זעלבסט פאַרשטענדליך אַז ווען רבי הערשעלע מליסקא איז געקומען אין די שטאָט איז די גאַנצע שטאָט געקומען זיך געזעגענען, נהנה זיין עצה ותושי' און מקבל זיין ברכת קדשו, אַזוי אַז עס האָט זיך אָנגעזאַמלט אויף זיין טיש אַ גרויסע סומע געלט.

צווישן די פילע אידן וואָס האָבן באַלאַגערט דעם גאַסטהויז פון רבי הערשעלע, איז אויך געווען אַ איד אַ גרויסער אָרעמאַן, וועלכער האָט אויסגעגאָסן זיין ביטער פּעקל צרות אַז ער האָט אַן עלטערע טאָכטער וועלכע ער האָט וואָלט שוין לאַנג געדאַרפט פירן אונטער די חופּה, איצט איז אים ענדליך נאָך פילע שוועריגקייטן געלונגען צו טרעפן אַ וואוילן בחור, און ווי עס פירט זיך, האָט ער צוגעזאָגט אַ שיינעם נדן.

למעשה זענען שוין אַריבער צוויי יאָר זינט ער האָט געשלאָסן דעם שידוך, ער האָט געהאַט חשבונות פון וואו צו דעקן דעם נדן, אבער פון די אַלע חשבונות האָט זיך ליידער גאָרנישט אויסגעלאָזט. לעצטנס – פירט אויס דער אָרעמאַן מיט גרויס צעבראָכנקייט – איז אָנגעקומען אַ בריוו פון די משפּחה פונעם חתן אַז אויב דער נדן וועט נישט ווערן צוגעשטעלט מיט אַ געוויסע צייט וועט ער זיך צוריקציען פונעם שידוך. דער אָרעמאַן האָט אויסגעבראָכן אין אַ געוויין אַז ער ציטערט אַז ער וועט נישט קענען איבערטראָגן די גרויסע בושות.

דער הייליגער רבי הערשעלע פרעגט דעם איד וויפיל געלט ער דאַרף האָבן פאַר נדן, און אויך פאַר די הוצאות החתונה. זאָגט דער איד, הונדערט רייניש. האָט רבי הערשעלע מליסקא תיכף צוזאַמגענומען דאָס גאַנצע געלט וואָס איז געלעגן אויפ'ן טיש וואָס ער האָט באַקומען פון די אַלע פּדיונות און דאָס געגעבן פאַר דעם אָרעמאַן.

בשעת מעשה איז אָנוועזנד געווען איינער פון די געהויבענע אידן פון מונקאַטש און זעענדיג ווי דער ליסקא רב געט אַוועק אַזאַ גרויסן סכום פאַר איין אָרעמאַן האָט ער זיך געוואַגט און געפרעגט דעם רבי'ן, "רבי, היתכן צו געבן פאַר איין אָרעמאַן אַזאַ גגרויסן סכום, וואָס אַ געווענליכער אָרעמאַן נעמט געווענליך צוזאַם פון הונדערטער מענטשן?"

זאָגט דער ליסקא רב פאַר יענעם איד "איך וועל דיר דערציילן אַ מעשה, אָבער הער מיך גוט אויס".

ווען איך בין געווען אַ יונגערמאַן האָב איך געצויגן חיונה פון מלומדות וואָס איז פאַרשטייט זיך געווען זייער אַ מצומצמ'דיגע פּרנסה; ביי מיר אין שטוב האָט געהערשט אַ שטאַרקע עניות.

אַמאָל פאַר'ן יום טוב שבועות האָב איך באַקומען גרויס חשק צו פאָרן קיין בעלזא צום הייליגן שר שלום זי"ע, אָבער אַזויווי איך האָב נישט געהאַט קיין געלט פאַר הוצאות הדרך בין איך געגאַנגען דעם גאַנצן וועג צופיס. ענדליך בין איך אָנגעקומען צו די גרויסע שטאָט לעמבערג, וואָס איז שוין נישט ווייט פון בעלזא, אָבער דער לאַנגער וועג האָט געהאַט אויף מיר אַ ווירקונג און דאָרט בין איך אַריינגעפאַלן אין אַ גרויסע חולשה. די פיס זענען מיר געוואָרן אויפגעשוואָלן און מיט גרויס שוועריגקייטן האָב איך זיך דערשלעפּט ביז צום בית המדרש וואָס האָט געהייסן "חדשים".

(הרה"ק רבי צבי הירש מזידיטשויב זי"ע בעל עטרת צבי האָט געגרונדעט בתי מדרשים אין דריי גרויסע שטעט. איין בית המדרש האָט ער געגרונדעט אין לעמבערג וואָס ער האָט אַ נאָמען געגעבן "חדשים", מיוסד אויפ'ן פּסוק "חדשים לבקרים רבה אמונתיך", און די בתי מדרשים אין די אַנדערע צוויי שטעט האָט ער אַ נאָמען געגעבן איינס "לבקרים" און איינס "אמונתיך").

דאָרט אינעם "חדשים" בית המדרש זענען פּונקט דאַן אָנגעקומען עטליכע פערד און וועגענער פון בעלזער חסידים פון די שטאָט מונקאַטש, וועלכע זענען אויך געפאָרן אויף שבועות קיין בעלזא און האָבן זיך אָפּגעשטעלט אין לעמבערג אָפּרוען פון וועג און טוישן די אויסגעמוטשעטע פערד. אַזויווי איך האָב שוין נישט געהאַט קיין כח פאָרצוזעצן דעם וועג צופיס, האָב איך זיך געוואָנדן צו דעם אָנפירער פון די בעלזער חסידים וועלכער האָט אָרגאַניזירט די נסיעה און אים געבעטן ער זאָל מיך לאָזן מיטפאָרן מיט איינע פון די וועגעלעך קיין בעלזא.

דער אָנפירער האָט געבעטן פון מיר זעכציג גרייצער פאַר די נסיעה. האָב איך זיך געבעטן ביי אים אַז איך האָב נישט ביי מיר אפילו קיין איין פּרוטה אויך נישט. איך צייג אים מיטינע געשוואָלענע פיס און דערצייל אים אַז איך בין געקומען ביז אהער צופיס, איצט האָב איך מער נישט קיין כח צו גיין און עס טוט מיר זייער וויי אַז נאָך אַזויפיל מאַטערנישן וועל איך אין ענדע נישט קענען אָנקומען אויף בעלזא אויף יום טוב.

אָבער דער יונגערמאַן האָט נישט געוואָלט פון גאָרנישט וויסן. ער האָט מיר נאָר אַזויפיל געזאָגט אַז עס וועט נאָך דויערן צוויי שעה ביז זיי וועלן פאָרזעצן די נסיעה, אין די צייט קען איך אַרומגיין אין די שטאָט און זאַמלען נדבות, ביז איך וועל שאַפן די זעכציג גרייצער און קענען מיטפאָרן.

באין ברירה האָב איך זיך געמוזט אַרויסלאָזן גיין נאָך געלט, טראָץ איך בין נישט געווען געוואוינט דערצו און טראָץ מיינע ווייעדיגע פיס. דער חשק אָנצוקומען אויף יום טוב קיין בעלזא איז אַלעס איבערגעשטיגן און איך בין אַרומגעגאַנגען אין די שטאָט זאַמלען נדבות. דעמאָלט איז געווען איינגעפירט אַז ווען מען איז אַריין אין אַ אידיש געשעפט בעטן אַ נדבה האָט דער אייגענטומער געפרעגט דעם נצרך "געלט אָדער סחורה?" דאָס האָט געמיינט צו פרעגן צי דער אָרעמאַן וויל דוקא נעמען געלט אָדער אפשר איז אים אויך גוט צו נעמען סחורה וואָס ער וועט קענען פאַרקויפן (רוב מאָל האָט זיך דאָס געלוינט ווייל פון די סחורה האָט מען באַקומען אַ גרעסערן סכום און נאָכ'ן פאַרקויפן איז דאָס געווענליך אויסגעקומען מער וויפיל אַ געלט נדבה).

דערציילט דער ליסקא רבי, ווען איך בין אַריינגעקומען אין ערשטן געשעפט האָט דער בעל הבית מיך געפרעגט "געלט אָדער סחורה?" האָב איך געענטפערט "סחורה", קלערנדיג אַז פון די סחורה וועל איך אַרויסבאַקומען אַ שענערן סכום. האָט יענער בעל הבית מיר געגעבן אַ מעטער פאָדעם...

אַריינקומענדיג אין צווייטן געשעפט פרעגט מיך ווידער דער בעל בית הבית "געלט אָדער סחורה?" האָב איך ווייטער געענטפערט "סחורה". האָט מיר יענער געגעבן אַ קנעפּל...

אַזוי בין איך אַריין אין אַ דריטן געשעפט און מיין מזל האָט ווייטער נישט געטויגט, און אינצווישן איז שוין דורכגעגאַנגען אַ גאַנצע שעה פון די צוויי שעה וואָס יענער יונגערמאַן, דער אָנפירער פון די נסטיעה, האָט מיר געגעבן צייט ביז'ן פאָרן און דאָ שטיי איך מיט גאָרנישט. פון דעם אַלעם וועל איך נישט קענען שאַפן זעכציג גרייצער.

ווען איך בין אַריינגעקומען אין פערטן געשעפט און דער בעל הבית פרעגט מיך די זעלבע פראַגע, "געלט אָדער סחורה", האָב איך אויסגעבראָכן אין אַ געוויין. דער בעל הבית האָט זיך זייער געוואונדערט און געפרעגט, "פאַרוואָס וויינט איר?" האָב איך אים דערציילט די גאַנצע געשיכטע אַז איך שטיי אויסצו פאַרלירן מיין גאַנצע פּלאָג צו פאָרן אויף שבועות קיין בעלזא.

יענער בעל הבית האָט אויף מיר שטאַרק רחמנות געהאַט, האָט ער מיר געגעבן די גאַנצע זעכציג גרייצער!

איר קענט פאַרשטיין וואָספאַראַ גרויסע שמחה איך האָב געהאַט דערפון. איך בין גלייך צוריקגעגאַנגען אין בית המדרש "חדשים" און באַצאָלט פאַר די נסיעה און איך בין מיט זיי מיטגעפאָרן קיין בעלזא אויפ'ן הייליגן יום טוב שבועות.

רבי הערשעלע מליסקא האָט פאַרענדיגט די מעשה: "דעמאָלט האָב איך זיך פאָרגענומען אַז ווען עס וועט קומען צו מיר אַ איד אַן אָרעמאַן, וועל איך אים געבן דעם גאַנצן סכום וואָס ער דאַרף האָבן, נישט ער זאָל דאַרפן אַרומקלעטערן אין די שטאָט שאַפן דעם סכום וואָס ער נויטיגט זיך".

די גאַנצע מעשה האָט רבי הערשעלע מליסקא דערציילט פאַר דעם חשוב'ן איד פון מונקאַטש, וועלכער האָט אים פאָרגעהאַלטן היתכן ער געט אַוועק אַזאַ גרויסן סכום פאַר איין אָרעמאַן. דאַן האָט ער אויסגעפירט צו דעם איד, "איר זענט געווען דער יונגערמאַן וועלכער האָט אָנגעפירט די נסיעה פון מונקאַטש קיין בעלזא! פון אייך טאַקע האָב איך זיך אויסגעלערנט אַז ווען אַ איד קומט מיט אַ צעבראָכן האַרץ און רעדט זיך אויס זיינע צרות, דאַרף מען אים פּרובירן אַרויסצוהעלפן ווי ווייט מעגליך און געבן דעם גאַנצן סכום..."

די מעשה האָט דער רבי זי"ע איבערדערציילט פאַר דעם איד אין סאַטמאַר וועלכער האָט אים פאָרגעהאַלטן היתכן דער רבי געט אַוועק אַזאַ גרויסן סכום פאַר איין אָרעמאַן, און ער האָט אויסגעפירט: "איר זענט דאָך אַן אייניקל פון רבי הערשעלע מליסקא, אייער זיידע האָט אויסגעטרעטן דעם דרך אין הלכות צדקה".

ע"כ המעשה פון ספר "זכר צדיק לברכה".

 

 

ווער איז געווען דער ליסקא אייניקל?

 

היות דער מחבר, הרה"ח ר' אברהם דוד גליק ז"ל לעבט שוין נישט, וועלן מיר זיך ערלויבן צו זאָגן אַז די צווייטע מעשה וואָס ער ברענגט אַלס השלמה צום די ערשטע מעשה, זענען צוויי אַנדערע מעשיות און האָבן פּאַסירט ביי צוויי אַנדערע מענטשן. אגב וועלן מיר זיך שוין אויך דערוויסן ווער עס איז געווען דער אייניקל פון רבי ר' הערשעלע מליסקא זי"ע פאַר וועמען דער רבי האָט דערציילט די מעשה.

פאָלגנד איז אַ מעשה וואָס איז געברענגט אין "ספר זכרונות" פון הרה"ח ר' אברהם יהושע שפּיטצער הי"ו, זכרונות פון רבי'ן זי"ע דערציילט דורך פאָטער הרה"ח ר' נחום מרדכי שפּיטצער ז"ל פון רבינ'ס נאָנטע מקורבים ומשמשים בקודש. אין פּרק א' עמוד 10 איז דערציילט אַזוי:

מיין טאַטנ'ס התקשרות צום רבי'ן האָט זיך שוין אָנגעהויבן עטליכע דורות פריער. זיין פאָטער הרה"ח ר' חיים שפּיטצער ז"ל איז געווען אַן איידעם ביי החסיד המפורסם רבי אברהם יהושע גראס ז"ל פון סאַטמאַר, וועלכער איז געווען אַ תלמיד פון הייליגן ייטב לב זי"ע און אַן איידעם ביי הגה"ק בעל טל חיים מליסקא זי"ע (מיין טאַטע איז שפּעטער געוואָרן אַ דאָפּלטער אייניקל פון דעם ר' אברהם יהושע, ווען ער האָט חתונה געהאַט מיט מיין מוטער לאורך ימים ושנים, אַ טאָכטער פון הרה"ח ר' שמואל גראָס ז"ל בן ר' אברהם יהושע גראָס ז"ל).

דער זיידע ר' אברהם יהושע גראָס ז"ל איז נאָנט געוואָרן מיט'ן רבי'ן נאָך אַלס יונגערמאַן, ווען דער רבי איז צום ערשטן מאָל געקומען וואוינען קיין סאַטמאַר גלייך נאָך זיין חתונה (נאָך איידער ער איז געוואָרן רב אין אָרשיווא). ר' אברהם יהושע איז אַ וואַרעמער חסידישער איד און זייער אַ קלוגער באַלעבאָס; ער פלעגט אַלץ האָבן אַ גוט וואָרט אין מויל. מיין פעטער הרה"ח הישיש ר' הערשל שפּיטצער הי"ו לאויש"ט האָט מיר דערציילט אַז נאָך די צווייטע וועלט קריג האָט ער זיך אַסאַך געדרייט ביים רבי'ן אין שטוב אין וויליאַמסבורג און דער רבי האָט אים עטליכע מאָל געזאָגט, "דיין זיידע ר' אברהם יהושע איז געווען אַ קלוגער איד"; דער רבי פלעגט אפילו נאָכזאָגן זיינע ווערטלעך.

ווען דער רבי האָט זיך באַזעצט אין סאַטמאַר נאָך די חתונה איז ר' אברהם יהושע, זייענדיג מקושר לבית סיגעט, געווען פון די ערשטע אידן וואָס האָבן זיך מדבק געווען אין רבי'ן און זיך אויך געזאָרגט צוצושטעלן אַ מקור פּרנסה. ער האָט אויף זיך גענומען דעם עול צוזאַמצושטעלן פאַר'ן רבי'ן מעמדות.

איינמאָל איז ר' אברהם יהושע געפאָרן מיט די באַן קיין קלויזנבורג. אויפ'ן וועג טרעפט ער אַ קלויזנבורגער איד וועלכער איז געפאָרן אויפ'ן וועג אַהיים. ווי עס גייט געווענליך, ווען צוויי אידן טרעפן זיך אויפ'ן באַן ווערט מען שנעל היימיש; מען צעשמועסט זיך, מען פרעגט זיך וואָס מאַכסטו, וואָס טוסטו אא"וו. געט דער איד אַ פרעג דעם זיידן: "וואו וואוינסטו?" און דער זיידע זאָגט "אין סאַטמאַר". פרעגט אים דער איד: "דו קענסט דעם סיגעטער רב'ס זון?" (דעם קדושת יום טוב'ס זון), זאָגט דער זיידע, "יאָ, איך קען אים". זאָגט דער איד פאַר'ן זיידן: "שיק אים אַ גרוס אין מיין נאָמען" (ער האָט געזאָגט פאַר'ן זיידן זיין נאָמען, מיין טאַטע ז"ל האָט במשך די יאָרן פאַרגעסן דעם נאָמען).

פרעגט אים דער זיידע, "וואָס האָסטו שוין געהאַט מיט'ן סיגעטער רב'ס זון אַז דו קענסט אים אַזוי גוט?", דערציילט דער איד אַזאַ מעשה:

"איך האָב זיך נישט גוט געשפּירט בין איך געגאַנגען צום דאָקטאָר און ער האָט פעסטגעשטעלט אַז מען דאַרף מיך אָפּערירן. די אָפּעראַציע האָט אָבער געקאָסט 500 לעי און איך האָב נישט געהאַט דאָס געלט. האָבן גוטע פריינט מיך געראָטן ווי פאָלגנד: 'אין סאַטמאַר וואוינט דעם סיגעטער רב'ס אַ זון, מענטשן פרעגן אים עצות און מען ווערט געהאָלפן ביי אים מיט ישועות, און אויב עס פאָדערט זיך געלט, שיקט ער געלט אויך. גיי זיי זיך מזכיר ביי אים, וועסטו געהאָלפן ווערן מיט אַלעם, מיט אַ רפואה און געלט אויך...'

"האָב איך אַזוי געטון. איך האָב געשריבן אַ בריוו קיין סאַטמאַר, אַדרעסירט צום סיגעטער רב'ס זון און דערציילט די גאַנצע מעשה אַז איך בין געווען ביים דאָקטאָר וועלכער האָט פעסטגעשטעלט אַז איך לייד אויף דעם און דעם און מען דאַרף מיך אָפּערירן. די אָפּעראַציע קאָסט אָבער געלט וואָס איך האָב נישט, דערפאַר בין איך זיך שואל עצה וואָס צו טון.

"גייט דורך עטליכע וואָכן און עס קומט אָן אַ קאָנווערט פון סאַטמאַר. איך עפן דאָס אויף טרעף איך אינעווייניג 500 לעי, בייגעלייגט מיט אַ בריוו אין וועלכן דער סיגעטער רב'ס זון ווינטשט מיר אַ ברכה, איך זאָל גיין צום דאָקטאָר און זיך לאָזן אָפּערירן, איך זאָל נישט מורא האָבן, אַלעס וועט זיין פיין און איך וועל געהיילט ווערן בעז"ה".

ביז אַהער וואָס דער קלויזנבורגער איד האָט דערציילט פאַר מיין זיידן. שפּעטער ווען ר' אברהם יהושע איז אַהיימגעפאָרן קיין סאַטמאַר איז ער צוגעגאַנגען צום רבי'ן איבערגעבן דעם גרוס און ער פרעגט דעם רבי'ן: "איך פאַרשטיי נישט. דער איד דאַרף דורכגיין אַן אָפּעראַציע, אוודאי דאַרף מען אים העלפן; עס איז מצות ביקור חולים. אָבער פאַרוואָס דאַרף דער רבי אַליין באַצאָלן דאָס גאַנצע? איך גיי אַרום צוזאַמשטעלן מעמדות אַז דער רבי זאָל האָבן פון וואָס צו לעבן. איצט ווער איך געוואויר אַז דאָס געלט גייט ניטאַמאָל פאַר'ן רבינ'ס הוצאות הבית; דער רבי שענקט אַוועק דאָס גאַנצע געלט פאַר צדקה!"

זאָגט אים דער רבי, איך וועל דיר דערציילן גענוי וואָס די מעשה איז געווען דאָ:

"דער איד האָט מיר געשריבן אַ בריוו אַז ער איד אובד עצות, ער האָט נישט קיין געלט פאַר אַן אָפּעראַציע. דו מיינסט איך האָב אים געוואוסט וואָס צו ענטפערן? וואָס האָב איך געטון – איך בין געגאַנגען אין בית המדרש און גענומען אַ תהילים און געבעטן השי"ת זאָל מיר חונן דעת זיין וואָס צו ענטפערן פאַר דעם איד.

"מה עשה הקב"ה. אינמיטן תהילים-זאָגן קומט צו מיר צו לויפן אַ איד אַז זיין טאָכטער איז אַ מקשה לילד און דער דאָקטאָר זאָגט אַז די מאמע מיט'ן קינד זענען ביידע אין אַ סכנה און ער בעט איך זאָל אים אָנווינטשן.

"האָב איך געזאָגט דעם איד, איך נויטיג זיך איצט אין 500 לעי פאַר ביקור חולים, אויב דו ברענגסט מיר דאָס געלט וועל איך מתפּלל זיין און איך קען דיר מבטיח זיין אַז דאָס קינד וועט געבוירן ווערן בשלום. דער איד האָט טאַקע געברענגט דאָס געלט און דאָס האָב איך געשיקט פאַר דעם איד פון קלויזנבורג". און דער רבי פירט אויס: "האָב איך דען געמעגט אפילו הנאה האָבן פון דעם געלט?"

דערנאָך האָט דער רבי געזאָגט פאַר'ן זיידן: "ר' אברהם יהושע איך בין אייך זייער דאַנקבאַר פאַר די מעמדות. אָבער איין זאך בעט איך אייך – אין הלכות צדקה טייל מיר נישט איין, איך ווייס וואָס איך האָב צו טון..."

(פאָרזעצונג קומט אי"ה)




עובדות פון הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע,
תלמידו הגדול פון הייליגן ישמח משה זי"ע,
דערציילט דורך מרן רביה"ק מסאַטמאַר זי"ע
Tags
מצבה פון הרה
מצבה פון הרה"ח ר' אברהם יהושע גראסס ז"ל איידעם פון טל חיים מליסקא זי"ע ממלא מקום הרה"ק מליסקא זי"ע
מצבה פון האשה הצ' רבקה גנענדל ע
מצבה פון האשה הצ' רבקה גנענדל ע"ה בת טל חיים מליסקא זי"ע ממלא מקום הרה"ק בעל אך פרי תבואה מליסקא זי"ע
מצבת קודש פון הרה
מצבת קודש פון הרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע
Sign Up for Updates
קהל עטרת צבי מליסקא
1449 50th Street
Brooklyn,  NY  11219
t. 718-436-5555
ChasideiLiska@Gmail.com
 
BB DESIGN & DEVELOPMENT