1


קומענדיגע וואָך מאָנטאָג פּרשת דברים, פאַלט אויס די 179טע יומא דהילולא פון הגה"ק צדיק כתמר יפרח רבינו משה טייטלבוים זי"ע בעל "ישמח משה" פון אוהעל. פאַקטיש עפענט זיין יאָרצייט אַ סעריע פון דריי יומי דהילולות וואָס פאַלן אויס דעם קומענדיגן חודש, פון אַ רבי'ן, תלמיד און זיין אייניקל – כ"ח תמוז, יומא דהילולא פונעם ישמח משה זי"ע; י"ד אב, יומא דהילולא פון זיין גרויסן תלמיד הגה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע "בעל אך פּרי תבואה"; און כ"ו אב, יומא דהילולא פון זיין גרויסן אייניקל מרן רביה"ק מסאַטמאַר זי"ע.

עס איז באַקאַנט אַז מרן רבינו הקדוש מהר"י ט"ב זי"ע האָט געהאַט אַן אויסטערלישן דביקות און התקשרות אינעם גרויסן תלמיד פון זיין זיידן, הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע. לויט ווי די משמשים בקודש פונדערהיים אין סאַטמאַר, ווי אויך די גבאים פון די יאָרן אין אַמעריקע, פלעגן דערציילן, איז געווען טייל פון רבינ'ס הכנה דרבה אויף די ימים נוראים, יעדעס יאָר פאַר ראש השנה און במשך די עשרת ימי תשובה פלעגט ער לערנען דעם ספה"ק "הישר והטוב" די דרושים אויף ראש השנה, שבת שובה און יום כיפּור פון רבי הערשעלע מליסקא זי"ע.

מען האָט געזען אַ דבר פּלא אַז כידוע איז דער רבי זי"ע געווען זייער אַ שטאַרקער קעגנער פון מעשיות אָן מקורות און עס האָט זיך פון רבי'ן נישט געגאָסן צופיל מעשיות. , אָבער ווען ס'איז געקומען צו הרה"ק מליסקא זי"ע פלעגט ער דערציילן מערערע מעשיות און עובדות און אויך אין זיינע הייליגע ספרים טרעפט מען סיפּורים פונעם ליסקא רב זי"ע. ווען דער רבי האָט דערציילט אַ ליסקא מעשה איז ער געוואָרן זייער פאַרקאָכט; ווי נאָר ער האָט אָנגעהויבן דערציילן פלעגט ער זאָגן די ווערטער "דער ליסקא רב" מיט אַ געוואַלדיגען דחילו ורחימו.

נאך אין יאָר תר"ע, 110 יאר צוריק, איז ערשינען דער ספר "דרכי הישר והטוב" פון הגה"צ רבי זאב וואלף גאלדבערגער זצ"ל, בן הגה"צ רבי יוזפא זצ"ל חדב"נ בעל אך פּרי תבואה זי"ע, וועלכער איז געווען אַ דאָפּלטער אייניקל פון רבי הערשעלע מליסקא ווייל רבי וואלף איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער הגה"ק בעל טל חיים מליסקא זי"ע חדב"נ ומ"מ פונעם אך פּרי תבואה. האָט דערציילט הרה"ח ר' יוסף אשכנזי ז"ל משב"ק אז דער רבי זי"ע האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויפ'ן דרכי הישר והטוב "עס איז א פארלעסליך ספר" און דער רבי פלעגט נאכדערציילן מעשיות פון דעם ספר.

דער חוט המשולש פון די דריי יאָרצייטן איז דעריבער אַ פּאַסיגע געלעגנהייט נאָכצודערציילן עובדות וסיפּורים וואָס זענען געהערט געוואָרן מפּום ממלל רברבן מרן רבינו הקוה"ט מסאַטמאַר זי"ע איבער דעם הייליגן רבי ר' הערשעלע מליסקא זי"ע – בפרט מעשיות וואָס האָבן אַ שייכות מיט זיין גרויסן רבי'ן דער ישמח משה – וואָס די אַלע מעשיות האָבן אַ חשיבות גדולה וכפולה, סיי מיט איר קראַנטקייט אַלס סיפּורים וואָס זענען אַרויסגעקומען מפּי איש אמת, און סיי צוליב איר הייליגקייט צייגענדיג דעם קשר אמיץ וואָס דער רבי זי"ע האָט געשפּירט צו דעם גרויסן צדיק.

 

מען האָט געזען אַ וואונדערליכע זאַך ביים רבי'ן, אַז כ"ח תמוז פלעגט ער יעדעס יאָר פאָרן אויף די יאָרצייט פון זיין זיידן דער ישמח משה זי"ע קיין אוהעל, און אַסאַך יאָרן פלעגט ער אויפ'ן וועג אַהיים זיך אָפּשטעלן אין ליסקא און דאָרט מתפּלל זיין ביים ציון פון זיין זיידנ'ס גרויסער תלמיד. ספּעציעל איז באַקאַנט אַז אין יאָר תרצ"ה ווען זיין ערשטע רביצין, הרבנית הצדיקת חוה ע"ה בת הרה"ק מפּלאַנטש זי"ע איז נישט געזונט געווען, איז דער רבי אַריינגעפאָרן כ"ח תמוז קיין ליסקא און דאָרט איינגעריסן ביים ציון פון הרה"ק רבי הערשעלע זי"ע מיט אַן אויסטערלישן התעוררות לרפואתה, ווי מיר וועלן שפּעטער ברייטער שילדערן אין די סעריע, וואָס האָט געוויזן אויף זיין גרויסן אמונת צדיקים אין דעם גדול וקדוש.

באמת איז דאָס נישט אַזאַ וואונדער, ווייל דער ליסקא צדיק זי"ע איז בחיים חיותו געווען באַקאַנט אַלס גרויסער פּועל ישועות, און גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם, לאחר הסתלקות איז זיין ציון הקדוש געווען שטאַרק מפורסם אַלס אַ מקום וואו מען זעט אָפענע מופתים וישועות. דאָס האָט ער אַליין פאָרגעזאָגט נאָך ביים לעבן, ווי זיין אייניקל הגה"צ רבי חיים אויש זצ"ל דער לופּעני רב שרייבט, אַז סמוך להסתלקותו האָט רבי הערשעלע זיך אויסגעדרוקט "איך וועל ענק אויפטון אין די זאָקן מער ווי אין די שיך". דאָס זעלבע האָט ער געזאָגט ממש איידער די גסיסה פאַר אַלע וואָס זענען געשטאַנען אַרום זיין בעט "ביי מיין קבר וועט מען געהאָלפן ווערן מער ווי ביים לעבן".

די זאַכן זענען געווען דברים מפורסמים אין דער אַלטערהיים, ווי עס האָט געצייגט דער פאַקט אַז אין לעצטע זיבעציג יאָר איידער די צווייטע וועלט מלחמה זענען די דריי גרעסטע יערליכע צוזאמעקונפטן פון חסידישע אידן אין אונגאַרן געווען ביי די דריי יאָרצייטן ז' אדר אין קאַלוב, כ"ח תמוז אין אוהעל און י"ד אב אין ליסקא.

אפילו נאָך די צווייטע וועלט קריג ווען עס איז דורך אַ לאַנגע צייט אָפּשניט און מען האָט נישט געקענט צוקומען צו קברי צדיקים אין אונגאַרן, איז ביי עלטערע סאַטמאַרער חסידים וועלכע זענען געפאָרן אויף אוהעל – אָנגעהויבן פון די תש"ל יאָרן ווען הרבנית הצדיקת מסאַטמאַר ע"ה פלעגט יערליך אָרגאַניזירן אַ נסיעה צו די יאָרצייטן פון צדיקי בית אוהעל וסיגעט; און ביז'ן היינטיגן טאָג סיי אויף די יאָרצייט  כ"ח תמוז און סיי אַ גאַנץ יאָר – געווען אַ דבר פּשוט אַז מען "קען נישט" אַרויסלאָזן "ליסקא" פונעם סדר הנסיעה. עס איז געווען אַ דבר המובן מאליו אַז אויב פאָרט מען קיין אוהעל פאָרט מען אויך דעם ווייניגער ווי האַלבע שטונדע וועג קיין ליסקא צום גרויסן תלמיד פונעם ישמח משה זי"ע, וויסענדיג דאָס געוואַלדיגע צוגעבינדענקייט וואָס מרן רביה"ק זי"ע האָט געשפּירט צו דעם צדיק וקדוש בעל אך פּרי תבואה זי"ע.

היי יאָר אַז מען האָט ב"ה זוכה געווען איבערצושרייבן דעם אייגענטום פונעם בית החיים אין די שטאָט ליסקא אונטערן בעלות פון קהל בית ליסקא אין ניו יאָרק און מען גרייט זיך בקרוב אָנצוהויבן די רענאָוואַציעס ביים ציון הקודש, ווי אויך די בוי-אַרבעט פון אַלע נויטיגע איינריכטונגען צו פאַרגרינגערן דעם צוטריט צו דעם מקום קדוש, איז געוויס אַ דבר בעתו צו דערציילן אַביסל פאַר'ן יונגערן דור וואָס ליסקא האָט געמיינט פאַר אוהעל, וואָס אוהעל האָט געמיינט פאַר ליסקא און וואָס ליסקא האָט געמיינט פאַר סאַטמאַר – פאַר מרן רביה"ק זי"ע.

און וואָס דאַרף מען מער ווי נאָכדערציילן לשון צדיק, מעשיות ועובדות וואָס דער רבי האָט אַליין דערציילט איבער דעם ליסקא צדיק וואָס מיר וועלן דאָ ברענגען אין אַ סעריע אַרטיקלען אין עטליכע וואָכן. מיר וועלן אָנהויבן מיט צוויי באַקאַנטע עובדות וואָס מיר וועלן אויסשמועסן באריכות פון עטליכע מקורות.

 

 

מסוגל צו דערמאַנען דעם נאָמען פאַר תקיעת שופר

 

צווישן סאַטמאַר חסידים איז ידוע ומפורסם אז ראש השנה איידער תקיעת שופר האט דער רבי געהאַט אַן ענין גדול צו דערמאַנען דעם נאָמען פון רבי הערשעלע ליסקער זי"ע. ער האט געהאַט עפּעס אַ פאַרבאָרגענעם טעם הכמוס אַז בלויז דערמאַנען זיין נאָמען איז מסוגל פאַר המתקת הדינים. צומאָל ווען ער האָט געהאַט צייט פלעגט ער ביי "פּאָזע" פאַר תקיעת שופר דערציילן אַ מעשה פונעם ליסקא רב און אויב ער האט נישט געהאַט קיין צייט פלעגט ער צומאל בלויז זאָגן "רבי הערשעלע ליסקער איז געווען אַן ערליכער איד".

מער אויספירליך איז דערציילט אין קונטרס "דולה ומשקה", עובדות וואָס עס האָט דערציילט הגה"צ רבי משה דוב וויינבערגער זצ"ל אבד"ק פּאַיע, וועלכער האָט כידוע געהאַט די זכי' צו זיין משמש בקודש אין די ערשטע צייטן ווען דער רבי איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע, (וויבאַלד ר' יוסף אשכנזי איז געבליבן אין ארץ ישראל חתונה האבן). איז דערציילט דאָרט (דף ר') ווי פאָלגענד:

זייענדיג אַ מקורב אין רבינ'ס שטוב, האָט דער פּאַיער רב ז"ל בייגעוואוינט ביים רבי'ן אום ראש השנה צוויי יאָר, אַ מערקווירדיגן ענין מיט וואָס דער רבי האָט זיך געגרייט צו תקיעת שופר. דער פּאַיער רב האָט דאָס געהערט ביידע טעג ראש השנה תש"ח פאַר תקיעת שופר און די זעלבע זאַך ביידע טעג ראש השנה שנת תש"ט.

פאַר דער רבי איז אַריין אין בית המדרש שופר בלאָזן, האָט דער רבי געזאָגט פאַר די מקורבים אַז פאַר תקיעת שופר איז מסוגל צו רעדן פון די פריערדיגע צדיקים, אַז זייער זכות זאָל ממתיק זיין די דינים, און ער האָט אָנגעהויבן צו שמועסן פון הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע בעמח"ס אך פּרי תבואה.

ראש השנה שנת תש"ח האָט דער רבי דערציילט אַ מעשה פון ליסקא רב, אַז ער איז איינמאָל געפאָרן קיין אוהעל כ"ח תמוז, די יאָרצייט פון הייליגן ישמח משה זי"ע. ער האָט זיך אַ קורצע צייט משתטח געווען אויפ'ן ציון און איז גלייך פון דאָרט אַהיימגעפאָרן, נישט ווי עס איז געווענליך געווען זיין שטייגער, אַז ער פלעגט זיך אָפּרוהען אויף די אכסניא אין אוהעל וואו ער פלעגט געזעגענען דעם עולם און ערשט דערנאָך אַהיימגעפאָרן. יענעם יאָר האָט דער ליסקא רב נישט געוואָלט געזעגענען דעם עולם, נאָר איז גלייך אַהיים געפאָרן קיין ליסקא.

ווען מ'האָט אים געפרעגט פאַרוואָס ער איילט זיך אַהיימצופאָרן, האָט דער ליסקא רב זי"ע געענטפערט אַז ער האָט געזען ווי זיין רבי דער ישמח משה שטייט ביי זיין ציון מיט אויסגעשפּרייטע הענט און ער בענטשט אַלע אידן וואָס זענען זיך געקומען משתטח זיין ביי זיין ציון, דעריבער פאָרט ער גלייך אַהיים כדי אַהיימצוטראָגן די ברכה, און ער וויל נישט דאָרט געזעגענען ווייל ער וויל נישט זיין אַ מורה הלכה בפני רבו.

דער פּאַיער רב האָט דערציילט אַז ער איז ערשטוינט געוואָרן אַ יאָר שפּעטער, שנת תש"ט, אַז דער רבי האָט ווידעראַמאָל פאַר תקיעת שופר ביידע טעג דערמאַנט אַ וואָרט אָדער אַ סיפּור פון הייליגן ליסקא רב זי"ע. מ'האָט געזען אַז דער רבי האָט עפּעס אַ ספּעציעל  ענין צו דערמאַנען דעם זכות פון ליסקא רב זי"ע פאַר תקיעת שופר.

עס איז מערקווירדיג אַז דאָס זעלבע האָבן דערציילט די משמשים בקודש פון די שפּעטערדיגע יאָרן. ביז'ן לעצטן יאָר פון די הסתלקות האָט דער רבי כמעט יעדעס יאָר ראש השנה דערמאַנט דעם ליסקא רב, אַן עובדא אָדער אַ תורה, און צוגעלייגט אַז פאַר תקיעת שופר איז מסוגל צו רעדן פון צדיקים. פיל מאָל האָט ער בלויז דערמאַנט "דער ליסקא רב איז געווען אַן ערליכער איד".

הרה"ח ר' עזריאל גליק ז"ל משב"ק פלעגט איבערזאָגן פון רבי'ן בזה הלשון: "פאַר תקיעת שופר איז אַ סגולה צו רעדן פון פריערדיגע צדיקים – דער ליסקא רב איז געווען אַ צדיק אמת". אַמאָל האָט דער רבי געזאָגט דאָס לשון "ערליכער איד" און אַמאָל "צדיק אמת". מער האט ער נישט געזאָגט. דאָס איז געווען איינע פון די וואונדערליכע ענינים וואָס מ'האָט געזען ביים רבי'ן, אין וואָס קיינער האָט נישט געהאַט קיין השגה, שבילו במים רבים ועקבותיו לא נודעו.

 

 

די מעשה האָט פּאַסירט נאָר איינמאָל

 

איבער די מעשה פון רבי הערשעלע מליסקא ביים ישמח משה'ס ציון איז כדאי צו באַמערקן אַז אין ספר מושיען של ישראל (ח"ב עמוד ק"ל) איז געברענגט אַז פילע סאַטמאַרער חסידים האָבן געהערט פון רבי'ן אַז די מעשה האָט פּאַסירט נאָר איין יאָר.

אויך אינעם קונטרס "זכרונות" פון הרה"ח ר' מרדכי שפּיטצער ז"ל, דער באַקאַנטער אייער-סוחר פון וויליאַמסבורג און נאָנטער מקורב פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, וואָס איז ערשינען דורך זיין זון הרה"ח ר' אברהם יושע שפּיטצער הי"ו, איז דערציילט:

"מיין פאָטער הרה"ח ר' מרדכי שפּיטצער ז"ל האָט דערציילט אַז ער פלעגט שפּאַצירן מיט'ן רבי'ן זי"ע אין בעל האַרבער. איינמאָל ביי די יאָרצייט פון ישמח משה זי"ע האָט ער איבערדערציילט פאַר'ן רבי'ן די באַקאַנטע מעשה, אַז ווען הרה"ק רבי הערשעלע מליסקא זי"ע בעל אך פּרי תבואה איז געקומען קיין אוהעל צום ישמח משה'ס ערשטע יאָרצייט, האָט ער געזען ווי דער ישמח משה שטייט און בענטשט אַלע משתטחים מיט זיינע הענט, און ער האָט זיך גלייך אויסגעדרייט און אַהיימגעפאָרן.

האָט דער רבי מעיר געווען דערויף: "דאָס האָט דער ליסקא רב נאָר איינמאָל געזען; עס איז נישט געווען יעדעס יאָר". (דער רבי האָט געמיינט דערמיט צו זאָגן אַז אין אַנדערע יאָרן האָט ער זיך יאָר לאַנג משתטח געווען און איינגעריסן בדבר ישועה ורחמים).

עס איז כדאי צוצוצייכענען אַז אויך ספר דרכי הישר והטוב זעט מען אַז די מעשה האָט פּאַסירט נאָר איינמאָל. דער מחבר דער ליסקא אייניקל הגה"צ רבי זאב וואלף גאלדבערגער זצ"ל שרייבט דאָרט (דף כ"ז ע"א), ווי פאָלגענד: "איך האָב געהערט פון אים (דעם זיידן דער בעל אך פּרי תבואה) ווי ער האָט דערציילט אַז ווען עס איז נסתלק געוואָרן הרב הגאון הקדוש מוהר"ם ט"ב זצ"ל (ישמח משה) און ער איז געווען צום ערשטן מאָל אויף זיין ציון מקום מנוחתו, האָט זיך אים געדאַכט ווען ער איז אָנגעקומען צום טיר פונעם אוהל ווי הרב הקדוש שטייט דאָרט און דרשנ'ט אויפ'ן זעלבן שטייגער ווי ער פלעגט יעדעס יאָר זאָגן די דרשה ביום שלש עשרה מדות, און זיינע הענט זענען אויסגעשפּרייט העכער די קעפּ פונעם ציבור און ער בענטשט זיי".

 

 

צוויי סיבות פאַר'ן אַהיימפאָרן גלייך

 

אויך דער וואָלקאַנער רב הגה"צ רבי יחיאל אויש זצ"ל האָט דערציילט וואָס ער האָט געהערט פון זיין פאָטער הגה"צ רבי אהרן אויש זצ"ל אבד"ק לופּעני, וואָס ער האָט געהערט פון זיין שווער הגה"ק בעל טל חיים מליסקא זי"ע אַז זיין שווער הגה"ק בעל אך פּרי תבואה מליסקא זי"ע האָט זיך פאַרזוימט אויפ'ן ציון נאָר אַ קורצע צייט און האָט זיך דערנאָך שנעל אַהיימגעיאָגט, זאָגענדיג אַז ער האָט געזען ווי זיין הייליגער רבי בענטשט אַלע מתפּללים מיט אויסגעשפּרייטע הענט ווי ביי ברכת כהנים און דערפאַר האָט ער זיך געאיילט אַהיים כדי אַריינצוברענגען די ברכה וואָס ער האָט באַקומען, גלייך אין זיין הויז.

הרה"ח ר' אלי' דוד הלוי טירנויער ז"ל האָט אבער דערציילט אַ גירסא וואָס ער האָט אַליין געהערט פון רביה"ק מסאַטמאַר זי"ע אַז דער סדר פון הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע איז געווען, אַז יעדעס יאָר ווען ער איז געפאָרן אויף אוהעל צו די יומא דהילולא פון זיין רבי'ן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע, פלעגט ער אויפ'ן וועג אַהיים זיך אָפּשטעלן אין די שטאָט פּאָטיק און דאָרט האָט ער גענומען קוויטלעך מיט פּדיונות און דערנאָך פלעגט ער דאָרט איבערנעכטיגן. איין יאָר האָט ער זיך נישט אָפּגעשטעלט אין פּאָטיק נאָר איז גלייך אַהיימגעפאָרן קיין ליסקא און יעדער האָט זיך געוואונדערט דערויף. ווען מען האָט אים געפרעגט דעם טעם האָט הרה"ק מליסקא זי"ע געענטפערט אַז ער האָט געזען ווי זיין הייליגער רבי דער ישמח משה בענטשט יעדן איינעם ביים ציון, האָט ער געוואָלט אַהיימברענגען די ברכה ביז צו אים אין שטוב אַריין.

די סיבה פאַרוואָס ער איז גלייך אַהיימגעפאָרן ברענגען אַלע אַז ער האָט געוואָלט אַהיימפירן די ברכה גלייך צו זיך אין שטוב אַריין. אין מושיען של ישראל ווערט געברענגט אַז איינמאָל האָט דער רבי דערציילט, אַז דער ליסקא רב האָט געזאָגט, אַז וויבאַלד ער האָט געזען זיין רבי'ן בענטשן דעם ציבור ווי ביים לעבן, אויב אַזוי איז די שטאָט אוהעלי נאָך פאַררעכנט ביים ישמח משה ווי "אתרא דמר", דעריבער וויל ער זיך נישט פירן ווי אַ רבי אין זיין רבינ'ס שטאט...

ווי געברענגט פריער פונעם ספר "דולה ומשה" האָט אויך דער פּאַיער רב זצ"ל געהערט פון רבי'ן ראש השנה תש"ח ביידע סיבות, סיי אַהיימצופירן די ברכה אין שטוב אַריין און סיי נישט זיין אַ מורה הלכה בפני רבו.

(פאָרזעצונג קומט אי"ה)

 






עובדות פון הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע,
תלמידו הגדול פון הייליגן ישמח משה זי"ע,
דערציילט דורך מרן רביה"ק מסאַטמאַר זי"ע
Related Articles
Thursday, July 23, 2020
די מצבה אויפ'ן ציון פון הייליגן ישמח משה זי
די מצבה אויפ'ן ציון פון הייליגן ישמח משה זי"ע, וואָס איז געשטאַנען ביז די קריג
, , , ezra friedlander
, , , ezra friedlander
, , , ezra friedlander

 די באן סטאנציע אין ליסקא וואו מרן רביה
די באן סטאנציע אין ליסקא וואו מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע פלעגט אפשטייגן כ"ח תמוז, אויפ'ן וועג אהיים פון די יארצייט אין אוהעל, און אריינפארן אין שטאט מתפלל זיין ביים ציון פון הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע
כ
כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א ביים ציון הקדוש
כ
כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א ביים ציון הקדוש
דער אוהל אין אוהעל אויפ'ן ציון הקדוש פונעם ישמח משה זי
דער אוהל אין אוהעל אויפ'ן ציון הקדוש פונעם ישמח משה זי"ע איידער די קריג

 שער בלאַט פונעם ערשטן דרוק פון ספה
שער בלאַט פונעם ערשטן דרוק פון ספה"ק ישמח משה, ערשינען אין יאָר תרכ"ו, נאָך בחיים חיותו פון תלמידו הגדול דער אך פּרי תבואה זי"ע (נסתלק תרל"ד) און נכדו הגדול דער ייטב לב זי"ע (נסתלק תרמ"ד)
, , , ezra friedlander
Sign Up for Updates
קהל עטרת צבי מליסקא
1449 50th Street
Brooklyn,  NY  11219
t. 718-436-5555
ChasideiLiska@Gmail.com
 
BB DESIGN & DEVELOPMENT