2

 

געהערט ווי די שכינה לערנט מיט'ן ישמח משה

 

אין דברי יואל פּרשת נשא (דף קצ"ד ע"ב – און דאָס זעלבע שטייט אויך אין חידושי תורה פּרשת משפּטים תש"ך) שרייבט דער רבי:

מיר ווייסן אַ מעשה וואָס איז געווען ביי קדושת זקני בעל ישמח משה זלה"ה, אַז איינמאָל איז געקומען צו אים הרה"ק מליסקא זלה"ה און ער האָט נישט געקענט אַריינגיין אין זיין צימער ווייל די טיר איז געווען פאַרשפּאַרט. איז ער געבליבן וואַרטן אינדרויסן ביי די טיר און אינצווישן האָט ער אַרויסגעהערט פונעם צימער ווי זיין הייליגער רבי לערנט און מען הערט זיין קול און אויך נאָך אַ קול. הרה"ק מליסקא האָט געמיינט אַז ער לערנט דאָרט מיט נאָך אַ מענטש.

ווען דער ישמח משה האָט געעפנט די טיר האָט דער ליסקא רב נישט געזען קיין שום מענטש אויסער אים, און ער האָט זיך זייער געוואונדערט און געפרעגט דעם ישמח משה דערויף אַז ווען די טיר איז געווען פאַרשפּאַרט האָט ער געהערט צוויי קולות וואָס לערנען.

האָט דער הייליגער זיידע זלה"ה געענטפערט מיט אַ פּשטות: "דו קענסט דען נישט דעם מאמר חז"ל (תנא דבי אליהו פּי"ח) 'כל תלמיד חכם שיושב בינו לבין עצמו וקורא ושונה, כביכול הקודש ברוך הוא יושב כנגדו וקורא ושונה עמו'?" [יעדער תלמיד חכם וואָס זיצט און לערנט פאַר זיך אַליין, זיצט כביכול הקב"ה דאָרט קעגנאיבער אים און לערנט מיט אים צוזאַמען].

 

 

דערקענט אויפ'ן פּנים ווער ס'איז געווען סנדק

 

אין ספר "הגה"ק בעל ישמח משה" (עמוד קצ"ג) איז געברענגט וואָס דער מחבר האָט געהערט פון רביה"ק מסאַטמאַר זי"ע אַז הרה"ק מליסקא זצ"ל פלעגט זאָגן: "איך דערקען אויפ'ן פּנים פון אַ מענטש וואָס דער ישמח משה איז געווען דער סנדק ביי זיין ברית".

אַמאָל איז געווען ביים אך פּרי תבואה אַ דרייסיג יעריגער יונגערמאַן (וואָס דער ליסקא צדיק האָט אים קיינמאָל פריער געזען) און דער ליסקא רב האָט זיך אָנגערופן "מען דערקענט אַז דער ישמח משה איז געווען זיין סנדק", וכך הוה.

 

 

אַ לשון הגמרא איז אויך רוח הקודש

 

עס איז באַקאַנט אַז נאָך די חתונה פון הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע איז ער אַמאָל געפאָרן זיך באַראַטן מיט זיין גרויסן רבי'ן דער ישמח משה זי"ע איבער אַ געוויסן ענין. דער רבי ישמח משה האָט אים גאָרנישט געענטפערט אויף זיין פראַגע נאָר זיך אויסגעדרוקט "הפוכי בעיסקא טב", (אַ לשון הגמרא אין מסכת יבמות דף ס"ג ע"א, ווי רבי אלעזר האָט געזען ווי איינער האָט אָנגעזייט זיין פעלד אין דער ברייט, האָט ער אים מייעץ געווען ער זאָל דאָס אַרומדרייען און אָנזייען אין די לענג, ווי רש"י זאָגט "טב להרויח יותר", ער וועט מער קענען פארדינען דערפון).

שפּעטער האָט רבי הערשעלע געזאָגט אַז דער לשון הגמרא איז געווען אַ רוח הקודש, וואָס דער אויבערשטער האָט אַריינגעשיקט אינעם מויל פונעם צדיק דער ישמח משה.

מער הסבר און איינצלהייטן איבער די עובדא ווערט געברענגט אין ספה"ק דברי יואל פּרשת בהעלותך (עמוד רע"ז) ווי דער רבי שרייבט ווי פאָלגנד:

"עס איז באַקאַנט די עובדא פון קדושת זקני הישמח משה זלה"ה, אַז איינמאָל האָט אים געפרעגט הרה"ק מליסקא זלה"ה אַן עצה איבער וויין האַנדל, צי ער זאָל זיך אַריינלאָזן אין דעם צי נישט, האָט אים דער זיידע זלה"ה געענטפערט ער זאָל נישט אַריין אין דעם האַנדל און ער האָט זיך באַצויגן אויף אַ געוויסן אָרט אין ש"ס וואָס פון דאָרט האָט ער אַזוי אויפגעדרונגען.

ווען דער ליסקא רב איז אַרויסגעגאַנגען האָט ער געזאָגט "איך האָב געמיינט ער וועט מיר ענטפערן מיט רוח הקודש, דערווייל האָט ער מיר נאָכגעזאָגט אַ גמרא. אויב אַזוי קען איך דאָך טרעפן אַן אַנדערע גמרא וואָס פון דאָרט וועט מען אַרויסדרינגען אַז דער האַנדל איז דוקא גוט און איך קען יאָ מצליח זיין דערין".

ער האָט טאַקע אַזוי געטון, ער האָט איינגעשטעקט אין דעם וויין האַנדל און אין ענדע האָט ער שאָדן געהאַט דאָס געלט. דעמאָלט האָט הרה"ק מליסקא געזאָגט, "יעצט ווייס איך אַז דאָס אַליין איז אַ רוח הקודש, אַז אים זאָל איינפאַלן די ריכטיגע גמרא וואָס איז דער אמת'ער ענטפער אויף דעם ענין וואָס איך האָב געפרעגט".

 

 

דער נאָמען "צבי הירש"

 

אינעם קונטרס זכרונות פון הרה"ח ר' מרדכי שפּיטצער ז"ל, דער נאָנטער מקורב פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, דערציילט זיין זון הרה"ח ר' אברהם יושע שפּיטצער הי"ו, ווי פאָלגנד:

אַמאָל ביי אַ שפּאַציר אין בעל-האַרבער ביום כ"ח תמוז, יומא דהילולא פון הייליגן ישמח משה זי"ע, האָט דער טאַטע ז"ל – וועלכער איז געווען אַן אייניקל פון הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע – דערציילט פאַר'ן רבי'ן וואָס עס איז מקובל ביי זיי אין די משפּחה, אַז רבי הערשלע מליסקא האָט ביים ברית באַקומען דעם נאָמען "צבי הירש" נאָכ'ן פאָטער פונעם ישמח משה זי"ע, רבי צבי הירש שיף ז"ל.

דערביי האָט מיין טאַטע מוסיף געווען וואָס ער האָט געהערט, אַז דעם רבינ'ס עלטערער ברודער, הגה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זי"ע אבדק"ק סיגעט בעל עצי חיים, האָט נישט געהייסן "צבי" נאָך זיין עלטער-עלטער זיידן רבי צבי הירש שיף, נאָר נאָכ'ן חכם צבי זי"ע. דער טאַטע האָט דערצו צוגעלייגט, אַז ער האָט געהערט זאָגן אַז אין משפּחת עצי התמרים האָט מען נישט געגעבן קיין נאָמען נאָכ'ן ישמח משה'ס פאָטער ר' צבי הירש.

ווען דער רבי האָט געהערט די לעצטע ווערטער האָט ער זיך אָנגערופן: "ווער האָט דיר דאָס געזאָגט? איך האָב דאָס קיינמאָל נישט געהערט אינדערהיים".

האָט דער טאַטע געענטפערט: "איך האָב געהאַט אַ פעטער אינדערהיים, רבי אלחנן שלמה גראָס ז"ל, וועלכער איז געווען אַן איידעם ביים ראַחובער רב זצ"ל; ער האָט דאָס מיר דערציילט".

דער רבי האָט רעאַגירט דערויף: "אויב ער האָט אַזוי געזאָגט איז דאָס אמת".

 

 

נאָר וויפיל געלט ער דאַרף אויף די מינוט

 

דער רבי זי"ע האָט כמה פּעמים דערציילט די פאָלגענדע:

ווען רבי הערשעלע מליסקא זי"ע איז געווען אַ יונגערמאַן האָט ער געוואוינט אין די שטאָט אוהעל און געלערנט דאָרט תורה מתוך הדחק. דאָס דחקות איז געווען עד אין לשער, אַסאַך מאָל האָט ער פּשוט געהונגערט. אַמאָל האָט פּאַסירט אַז עס זענען דורכגעגאַנגען דריי טעג און ער האָט נישט געהאַט קיין געלט צו קויפן אַ שטיקל ברויט.

אינעם דריטן טאָג האָט זיך געמאַכט אַז אַ פרוי אַ מקשה לילד איז געווען אין אַ גרויסע סכנה, איז די מוטער פון רבי הערשעלע פון ליסקא, די באַקאַנטע צדיקת שרה די בעקערין ע"ה, געקומען אין חלום צו די מוטער פון די פרוי די מקשה לילד און איר געזאָגט אַז אַזוי ווי איר זון רבי הירש האָט שוין דריי טעג נישט געגעסן, אויב זי וועט אים געבן אַ "פערציגער" (אַ געוויסע מטבע פון יענע צייט) פון וואָס ער זאָל קענען קויפן ברויט פאַר זיך און זיין שטוב, וועט איר טאָכטער האָבן אַ ישועה און דאָס קינד וועט געבוירן ווערן געזונט און שטאַרק.

ווען די פרוי האָט זיך דערוועקט איז זי גלייך געגאַנגען אין בית המדרש אויפזוכן רבי הערשעלע, זי האָט אים דערציילט דעם חלום און גלייך געגעבן דעם פערציגער און תיכף דערויף איז מען שוין געקומען זאָגן די גוטע בשורה אַז איר טאָכטער האָט געבוירן דאָס קינד למזל טוב.

האָט רבי הערשעלע מליסקא געזאָגט דערויף, אַז ער זעט אַז מן השמים וויל מען נישט ער זאָל האָבן מער געלט, נאָר וויפיל ער נויטיגט זיך אין די מינוט, ווייל אויב מיין מאַמע וואָלט געזאָגט אין חלום מען זאָל געבן הונדערט גילדען וואָלט דאָך די פאַמיליע זיכער געגעבן, ווייל זי איז דאָך געווען פאַרצווייפלט נאָך אַ ישועה. אָבער די מאַמע האָט געזאָגט בלויז געבן אַ פערציגער, גענוג איך זאָל זיך קענען האַלטן ביים חיות.

(אגב איז כדאי צו דערמאַנען, שרה די בעקערין איז געווען אַ גרויסע צדיקת און בעלת חסד. זי איז געווען די קעכערין אין שטוב פון ישמח משה זי"ע וועלכער האָט געגעסן נאָר וואָס זי האָט געקאָכט און פלעגט איר רופן "אונזער אידענע". זי ליגט באַהאַלטן אינעם בית החיים אין אוהעל און איר מצבה שטייט נאָך ביז היינט. פילע אידן וועלכע קומען צום ציון פון ישמח משה זי"ע גייען אויך צו איר ציון און מען זעט דאָרט ישועות. אין די שכנונת'דיגע שטאָט ליסקא וואו עס ליגט באַהאַלטן איר זון הרה"ק בעל אך פּרי תבואה זי"ע, אינעם בית החיים וואָס איז נאָרוואָס איבערגעשריבן געוואָרן אונטער קהל בית ליסקא אין ניו יאָרק, גייט מען איצט בויען אַ בית הכנסת אורחים וואָס וועט גערופן ווערן על שמה "אוהל שרה".)

 

 

ביידע צדיקים האָבן אייניגע לעכטיגע אויגן

 

אין ספר "מושיען של ישראל" (ח"ב עמוד צ"ז) איז דערציילט אַ מעשה נפלא וואָס הרה"ח המפורסם ר' שלמה בראַווער ז"ל מנאמני ביתו פון רביה"ק זי"ע וואָס ער האָט אַמאָל אַליין געהערט פון רבי'ן ווי פאָלגענד:

אין די געגנט פון אוהעלי איז געווען אַ חסיד וועלכער האָט געדונגען אַ גיט (דערפל) פונעם לאָקאַלן פּאָריץ און דאָרט אויפגעשטעלט אַ קרעטשמע (מאָטעל און ווערצהויז) פון וואָס ער האָט געצויגן פּרנסה. איינמאָל האָט דער פּאָריץ אים געשיקט זאָגן אַז פון היינט און ווייטער פאַרלאַנגט ער ער אַ העכערונג אינעם רענט און אויב דער קרעטשמער וועט אים נישט צוגעבן די העכערונג וועט ער פאַרלירן זיין חזקה און ער וועט דאָס פאַרדינגען פאַר אַ צווייטן.

דער קרעטשמער איז אַריבערגעפאָרן צום ישמח משה זי"ע און זיך אויסגעגאָסן דאָס האַרץ. דער ישמח משה האָט אים באַרואיגט ער זאָל נישט זיין באַזאָרגט און האָט אים גע'עצה'ט ווי פאָלגענד: "וואָס קענסטו דען טון? מיין עצה איז אַז אויב ער בעט אַ העכערונג זאָלסטו אים נאָכגעבן, און אַלעס וועט שוין פאַלן אין פּלאַץ בעז"ה".

דער קרעטשמער איז אויך געווען אַ חסיד פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע. האָט זיך געמאַכט אַז פּונקט דעמאָלט איז דער ר"ר הערש מרימנוב דורכגעפאָרן אוהעל, איז ער אַריין אויך צו אים און זיך מזכיר געווען איבער די העכערונג וואָס דער פּאָריץ בעט. זאָגט אים דער רבי ר' הערש: "זאָלסט בשום אופן נישט צוגעבן אפילו איין פּרוטה פאַר'ן פּאָריץ" און ער האָט אים געגעבן אַ הבטחה אַז ער וועט זיין חזקה נישט פאַרלירן.

איצט אַז דער חסיד האָט שוין געהאַט אַ הבטחה פונעם ר"ר הערש, איז אים ענדערש געווען צו פאָלגן זיין עצה איידער דעם ישמח משה'ס וואָס וואָלט אים געקאָסט אַסאַך געלט. ער האָט אַזוי געטון, זיך נישט וויסענדיג געמאַכט פונעם פּאָריץ און נישט אַריבערגעשיקט די העכערונג. ווען עס איז אָנגעקומען דער ענדע-דאַטום און דער פּאָריץ האָט נישט באַקומען וואָס ער האָט פאַרלאַנגט איז ער אַריבערגעפאָרן אין די קרעטשמע מיט גרויס אויפברויז און צוגענומען די חזקה און דאָס פאַרדינגען פאַר אַ גוי וועלכער האָט איינגעשטימט צו געבן דעם העכערן פּרייז.

דער איד איז געבליבן אינגאַנצן אויסגעשפּילט און אויך פאַרשעמט, זעענדיג אַז ער האָט נישט-גוט אָפּגעשניטן פון נישט פאָלגן דעם ישמח משה. בלית ברירה איז ער אַריבערגעפאָרן קיין אוהעל און זיך געשטעלט פאַר'ן ישמח משה און אים אויסגעזאָגט דעם גאַנצן אמת, אַז דער ר"ר הערש מרימנוב איז דאָ געווען און ער האָט אים גע'עצה'ט נישט צו געבן איין פּרוטה מער, ער האָט אים געפאָלגט און איצט איז ער געבליבן אָן פּרנסה; ער האָט אַ שטוב מיט קינדער צו שפּייזן און ער איז געבליבן אָרעם ווי די נאַכט.

האָט אים דער ישמח משה פאָרגעהאַלטן: איך האָב דאָך געהייסן דו זאָלסט אים נאָכגעבן די העכערונג און אין ענדע וועט אַלעס פאַלן אין פּלאַץ. ווען דו פאָלגסט ווען מיך וואָלסטו דיר געקענט שפּאָרן דעם גאַנצן עגמת נפש. פאַרוואָס האָסטו מיך נישט געפאָלגט?

איז פּונקט געשטאַנען דאָרט דעם ישמח משה'ס תלמיד מובהק, הרה"ק רבי הערשעלע מליסקא זי"ע, וועלכער פלעגט אויך פאָרן צו הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע (און צו נאָך אַסאַך צדיקי הדור). רופט זיך דער ישמח משה אָן צום אך פּרי תבואה: "געב אַ קוק וואָס דיין רבי פון רימינאָוו האָט געטון, ער האָט אים אַזוי און אַזוי מייעץ געווען און וואָס איז געשען מיט אים?"

רופט זיך אָן דער אך פּרי תבואה: "איך בין זיכער אַז אויב דער ר"ר הערש רימינאָווער האָט אים אַזוי גע'עצה'ט נישט צו געבן די רענט העכערונג, האָט ער דאָס געזאָגט מיט רוח הקודש און זיין עצה וועט זיכער מקוים ווערן".

למעשה איז דורכגעגאַנגען עטליכע שווערע וואָכן אויף דעם קרעטשמער, ער האָט זיך אַרומגעדרייט פאַרווייטאָגט און פאַרוויינט אויף זיין גרויסן בראָך אַז ער האָט פאַרלוירן זיין פּרנסה און ער האָט זיך דאָס אַליין אָנגעווירטשאַפט ווייל ער האָט נישט געפאָלגט דעם ישמח משה. ביז איין טאָג שיקט דער פּאָריץ רופן דעם קרעטשמער און זאָגט אים אַזוי:

"הער אויס, איך וויל דיך איבערבעטן אויף אַלעם וואָס איך האָב דיר געטון, אַז איך האָב דיר אַוועקגענומען די קרעטשמע מיט צוואַנג. דער נייער קרעטשמער (דער גוי) האָט מיר צוגעזאָגט אַז ער וועט באַצאָלן פיל מער וויפיל דו פלעגסט באַצאָלן ביז היינט, אָבער אין ענדע קען ער נישט אויספירן וואָס ער האָט פאַרשפּאָראָכן און נישט נאָר צאָלט ער נישט די העכערונג נאָר אפילו די ביז איצטיגע רענט צאָלט ער אויך נישט. דערפאַר האָב איך חרטה אויפ'ן גאַנצן געשעפט און איך וויל דיר צוריק פאַרדינגען די קרעטשמע פאַר'ן זעלבן פּרייז וואָס איך פלעג דיר פאַרדינגען אַלע יאָרן, איך דאַרף נישט קיין שום העכערונג, אַלעס בלייבט ביים אַלטן".

איצט האָט מען געזען ווי די ברכה פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע איז טאַקע מקוים געוואָרן. אַ צייט שפּעטער איז דער ר"ר הערש ווידערמאָל דורכגעפאָרן אוהעל און דער חסיד דער קרעטשמער איז אים אַריין באַדאַנקען אויף זיין ברכה, און דערביי האָט ער אים דערציילט אַלעס וואָס ער האָט געהאַט מיט'ן ישמח משה, אַז ער האָט געהייסן ער זאָל יאָ נאָכגעבן און למעשה האָט ער נישט געפאָלגט און ער האָט חרטה געהאַט, נאָר שפּעטער האָט זיך אַלעס איבערגעדרייט צום גוטן ווי דער ר"ר הערש האָט געזאָגט.

זאָגט אים דער רבי ר' הערש: זאָלסט נישט מיינען אַז איך האָב געזען בעסער ווי דעם אוהעלער רב און אַז ער האָט נישט געזען מיט רוח הקודש דאָס זעלבע וואָס איך האָב געזען. באמת האָבן מיר ביידע געזען די זעלבע זאַך, נאָר דער ישמח משה איז בטבע זייער אַ ווייכער און אַ גוטער נאַטור און ער האָט נישט געקענט צוזען דיין צער און ליידן אַז עטליכע וואָכן וועסטו בלייבן אָן פּרנסה, האָט ער דיר ענדערש געראָטן אַזוי דו זאָלסט יאָ נאָכגעבן די העכערונג און ער האָט שוין געהאַט זיין וועג וויאַזוי דאָס צו פאַרגוטיגן. אָבער איך בין נישט ווי דער אוהעלער רב, איך האָב געקלערט עס איז ענדערש דו זאָלסט ליידן עטליכע וואָכן אַז נאָכדעם זאָל דער רענט צוריקגיין צום אַלטן פּרייז. אָבער אין "אספּקלריא המאירה" האָבן מיר ביידע געזען אייניג!

(פאָרזעצונג קומט אי"ה)








עובדות פון הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע,
תלמידו הגדול פון הייליגן ישמח משה זי"ע,
דערציילט דורך מרן רביה"ק מסאַטמאַר זי"ע
Related Articles
Thursday, July 23, 2020
Related Articles
די נייע מצבה, מיט'ן אלטן נוסח, געשטעלט פארנט פונעם קבר פון שרה די בעקערין ע
די נייע מצבה, מיט'ן אלטן נוסח, געשטעלט פארנט פונעם קבר פון שרה די בעקערין ע"ה

 די אריגינעלע מצבה פון שרה די בעקערין ע
די אריגינעלע מצבה פון שרה די בעקערין ע"ה, מוטער פונעם אך פרי תבואה זי"ע, אינעם בית החיים אין די שטאט אוהעל
Sign Up for Updates
קהל עטרת צבי מליסקא
1449 50th Street
Brooklyn,  NY  11219
t. 718-436-5555
ChasideiLiska@Gmail.com
 
BB DESIGN & DEVELOPMENT