3

Thursday, July 23, 2020

 

אַ "ברודער" מיט'ן הייליגן קאָמאַרנער זי"ע

 

אין ספר מושיען של ישראל איז דערציילט בשם הרה"ח ר' יודא לייב ווייס ז"ל, דער רבי זי"ע פלעגט אַסאַך מאָל קומען פּראַווען שבתים אין שאמלוי, אויף די איינלאַדענונג פונעם שאַמלויער רב הגאון הגדול רבי שלמה זלמן עהרנרייך זצ"ל. דאָס צווייטע מאָל ווען דער רבי איז געווען דאָרט אויף אַ שבת איז געווען אויף שבת פּרשת בחוקתי תרצ"ז. שבת צופרי נאָכ'ן דאַווענען איז דער רבי איינגעלאַדנט געוואָרן אויף קידוש ביים מרא דאתרא כנהוג, און די צוויי גדולי ישראל האָבן געשמועסט צווישן זיך סיפּורי צדיקים.

האָט ר' יודא לייב ווייס (און אזוי האט אויך דערציילט הרה"ח ר' יחזקאל אייזדארפער ז"ל) וועלכער איז אָנוועזנד געווען, געהערט ווי דע רבי דערציילט די פאָלגענדע מעשה:

דער אך פּרי תבואה זי"ע האָט אויסגעזען זייער ענליך צו הרה"ק בעל היכל הברכה מקאמארנא זי"ע, און עס איז מקובל דערויף די פאלגענדע מעשה. ווי באַקאַנט פלעגט זיין פאָטער, הרה"ק רבי אלכסנדר מקאָמאַרנא זי"ע קומען אַסאַך באַזוכן קיין אוהעל און ער איז אויך געקומען דאָרט לקבורה (און שפּעטער האָט דער ישמח משה זי"ע געבעטן מען זאָל אים ברענגען למנוחה אין זעלבן אוהל ווי דער קאמארנער זי"ע). אין אוהעל האָבן דאָך ווי באַקאַנט געוואוינט אַסאַך ברענעדיגע מתנגדים און איינמאָל ווען רבי סענדער'ל קאָמאַרנער איז געווען דאָרט האָבן זיי געוואָלט אונטערשטעלן אויף אים אַ געמיינעם בלבול; זיי האָבן שוין געהאַט אויסגעאַרבעט אַ גאַנצן פּלאַן, צו דינגען פאַר גרויס געלט אַ מופקרת וועלכע זאָל אַרויסלאָזן אַ שם רע ר"ל און אים גיין מסר'ן ביי די רעגירונג.

אין אוהעל האָט געוואוינט די באַקאַנטע אשה תמימה וישרה באַקאַנט מיט'ן נאָמען "שרה די בעקערין", וועלכע איז געווען אַ בעקערין אין הויז פון הייליגן ישמח משה זי"ע. זי איז געווען אַ געוואַלדיגע יראת השם און עס איז אָנגעקומען צו אירע אויערן דעם בייזוויליגן פּלאַן פון די מתנגדים, האָט זי מורא'דיג שטאַרק געוואָלט פאַרמיידן דעם חילול ה', איז זי געגאַנגען און זיך אָנגעטראָגן פאַר די מתנגדים אַז זי איז גרייט אַרויסצולאָזן דעם שם רע אויף רבי סענדערל. זיי האָבן איר געטרויעט און איר געגעבן דאָס געלט.

וויסענדיג אַז די מתנגדים זענען שוין צופרידן אַז זיי האָבן שוין געלאָזט אין גאַנג זייער שפּיצל, האָט זי פאַרציילט פאַר די גאַנצע שטאָט וואָס די אינשי דלא מעלי האָבן געפּלאַנט צו טון, עס איז נתגלה געוואָרן קלונם ברבים און דער כבוד פונעם הייליגן רבי סענדער'ל איז נישט פאַרשוועכט געוואָרן.

ווען דער קאָמאַרנער איז אָנגעקומען אין שטאָט און געהערט דערפון האָט ער איר געלאָזט רופן און געזאָגט "דו האָסט מיך אויפגעלעבט און איך וויל דיר באַצאָלן. זאָלסטו וויסן אַז איך האָב געדאַרפט געבוירן נאָך אַ זון, איך געב דיר אַוועק דעם זון במתנה".

דעמאָלט האָט שרה די בעקערין געבוירן איר זון הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע, און וויבאַלד אין הימל זענען דער היכל הברכה מקאמארנא און רבי ר' הערשעלע מליסקא געווען ברידער, דעריבער האָט געהערשט צווישן זיי אַ גרויס ידידות און זיי האָבן אויך געענדלט איינער צום אַנדערן.

 

 

אַ רבי מיט יראת שמים

 

אין ספר "גדולת יהושע" (פון הגה"צ מטעמעשוואר זצ"ל) איז געברענגט (חלק שיחות קודש, דף ס"א):

איך האָב געהערט מפּה קודש רביה"ק מסאטמאר זי"ע אַז איינמאָל האָט הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע בעמח"ס אך פּרי תבואה איז אין זיינע יונגע יאָרן געגאַנגען באַזוכן די צדיקי הדור און ער איז געווען ביי כמעט רוב צדיקי הדור. ער איז אויך געווען ביי הרה"ק רבי ישראל מרוזשין זי"ע און ווען ער איז אַריינגעקומען האָט דער רוזשינער פּונקט געהאַלטן אינמיטן רעדן מיט אַן אַנדערן איד פון אונגאַרן.

הערט דער רבי ר' הערשעלע ווי דער רוזשינער פרעגט יענעם איד בזה"ל: "וויאזוי איז געווען היי יאר די וואקסינג?" (ד.ה. וויאזוי איז געוואקסן די פּירות און תבואה דאס יאר?) האָט דער אונגארישער איד געענטפערט, "לויט וויפיל רעגן עס איז געווען האָט נאָך גאַנץ פיין געוואַקסן". אויף דעם האָט דער רוזשינער געענטפערט פאַר דעם איד בזה"ל: "ס'איז דען אַ חידוש? אַז עס וואַקסן רבי'ס אָן יראת שמים, קען וואַקסן תבואה אָן רעגן".

ווען רבי הערשעלע מליסקא האָט געהערט די ווערטער אַרויסקומען פון הייליגן מויל פון רוזשינער האָט אים אָנגעכאַפּט אַ ציטערניש און ער איז געווען זיכער אַז דער רוזשינער האָט טאַקע אים געמיינט אַז ער האָט נישט קיין יראת שמים. ער איז געוואָרן דערפון מוראדיג בצער און ער האָט זיך אונטערגענומען פילע סיגופים ותעניתים און מוסיף געווען אַ געוואַלדיגע עבודה צו זיין טאָג טעגליכן סדר היום.

פון דאָרט איז דער ליסקא רב געפרן מקבל זיין פּני הרה"ק רבי מאיר'ל פּרעמישלאנער זי"ע. ווי נאָר ער האָט איבערגעטרעטן דעם שוועל פון זיין הויז, נ‎אָך איידער ער האָט עספּיעט שלום צו נעמען, איז רבי מאיר'ל אים קעגנגעלאָפן מיט אַ גרויסע שמחה און פרייליך פּנים און אים אַריינגעברענגט אין זיין חדר מיוחד. דאָרט האָט ער אים געזאָגט בזה"ל "שלום עליכם ליסקא רב, איך האָב געהערט אויסרופן אין הימל איר זענט אַ רבי מיט יראת שמים"!

 

דאָס רייכע לעבנסשטייגער פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע

 

אין ספר "קובץ אליהו" (אות שי"ח) דערציילט הרה"ג רבי חיים אליהו שטערנבערג ז"ל,וועלכער איז געווען דער רב פון די קטמון געגנט אין ירושלים, וואָס ער האָט אַליין געהערט פון רביה"ק מסאַטמאַר זי"ע, ווי פאָלגענד:

הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע איז אַרומגעפאָרן צו אַסאַך צדיקים, צווישן זיי איז ער אַמאָל געפאָרן צו הרה"ק רבי ישראל מרוזשין זי"ע (ווען ער האָט שוין געוואוינט אין סאדיגורא). ביים אַריינקומען איז ער זייער ערשטוינט און פאַרוואונדערט געוואָרן פונעם געוואַלדיגן עשירות און די קעניגליכע ווירטשאַפט וואָס נעמט אַרום דאָס גאַנצע הויז, ווי אַלעס איז באַדעקט מיט גאָלד און זילבער, און אפילו דער פערדן שטאַל איז אַזוי מייעסטעטיש און פּראַכטפול.

דער הייליגער ליסקא רב וועלכער איז געקומען זיך לערנען אַ דרך אין עבודת ה' האָט זיך נישט געקענט איינהאַלטן און געפרעגט דעם רוזשינער פּשט אין דעם. האָט אים דער הייליגער רוזשינער געענטפערט: זאָלסט וויסן אַז עס קומען צו מיר אידן פון אַלע שיכטן, צדיקים, בינונים און רשעים. זיי געבן אַלע קוויטלעך מיט פּדיונות אָבער נישט פון אַלע געלטער וויל איך געניסן. פונעם גאַנצן געלט וואָס קומט אַריין פון די פּדיונות בלייבט איבער פאַר מיר אַליין קוים עפּעס, ממש ווינציגער פון ווייניג, ווייל פאַר מיר אַליין נוץ איך נאָר געלט וואָס איך ווייס אַז עס קומט פון ריין, ערליכע קוועלער. וואָס טו איך אַלזאָ מיט'ן איבעריגן געלט?

"פון די בינונים באַדעקט מען דאָס הויז מיט גאָלד און זילבער. פון די רשעים מאַכט מען אַ פערדן שטאַל."

 

 

טייערע צוקער צו פיטערן די פערדן

 

אין ספר "גדולת יהושע" דערציילט דער טעמעשוואַרער רב הגה"צ רבי משה ארי' לעוו זצ"ל די זעלבע מעשה, מיט עטליכע שינויים, וואָס ער האָט געהערט פונעם קאַלובער רבי'ן הרה"צ רבי משה טויב זצ"ל אַז ווען הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע איז געווען ביים הייליגן רוזשינער זי"ע, האָט ער געזען ווי מען געט צו פיטערן צוקער פאַר די פערד וואָס האָבן באַלאַנגט צום רוזשינער'ס הויז. דאָס האָט זייער וויי געטון פאַר'ן ליסקא רב אַז מען נעמט צוקער וואָס קאָסט אַזוי טייער און מען פיטערט דאָס פאַר פערד, אין די זעלבע צייט ווען מען קען מיט'ן געלט שפּייזן אידישע אָרעמעלייט.

רבי הערשעלע איז תיכף אַריינגעלאָפן צום רוזשינער און געוואָלט פרעגן פּשט אין די מאָדנע פירונג, אָבער ווען ער איז אָנגעקומען צו די טיר איז ער געבליבן שטיין און געקלערט ביי זיך "אויף וועמען האָב איך דאָ קשיות? ווער בין איך און וואָס בין איך צו פרעגן קשיות אויף אַזאַ הייליגן צדיק?" אַזוי איז ער געשטאַנען פאַרטראַכט אַ וויילע ביי די טיר, פּלוצלינג הערט ער ווי דער רוזשינער רופט אויס פון אינעווייניג פון צימער, "ליסקא רב, איך וועל אייך שוין מאָרגן אַלעס פאַרענטפערן".

מאָרגן איז דער ליסקא רב אַריינגעקומען צום רוזשינער, האָט אים געזאָגט אַזוי: זאָלסט וויסן אַז מען ברענגט מיר פאַרשידנאַרטיגע געלטער, פון פאַרשידנאַרטיגע מענטשן. עס איז דאָ אַזעלכע געלטער וואָס זענען נאָר ווערד צו נוצן פאַר די פערד, און וויבאַלד איך וויל אַז דאָס געלט זאָל אויסגענוצט ווערן ווי שנעלער, דעריבער האָב איך געהייסן קויפן פונעם געלט צוקער, וואָס קאָסט זייער טייער און דאָס געבן צו עסן פאַר די פערד, אַזוי ווערט דאָס געלט שנעל אויסגעברענגט

דאַן האָט דער רוזשינער געוויזן פאַר'ן ליסקא רב אָנגעהויפנטע בינטלעך געלט אויפ'ן טיש און זאָגט אים בזה"ל: "ליסקא רב, פון די אַלע געלט וואָס איר זעט דאָ קומט נישט אויס פאַר מיר ניטאַמאָל אַ סעודה אחת!"

פירט אויס דער טעמעשוואַרער רב, "איינמאָל האָב איך דערציילט די מעשה פאַר מרן רבינו הקדוש מסאַטמאַר זי"ע און ער האָט זייער אויסגעלויבט די מעשה".

 

 

געהייסן פאַרברענגען דאָס געלט

 

מענין לענין איז מערקווירדיג אַז הרה"ק מליסקא זי"ע האָט שפּעטער זיך אַליין געפירט אויף דעם זעלבן דרך, מיט אַ געוואַלדיגן זהירות נישט נהנה צו זיין פון געלט וואָס קומט ממקורות לא טהורים. ער פלעגט אויסקלויבן די געלטער וואָס זענען אָנגעקומען צו אים בורר מתוך בורר און אַסאַך מאָל האָט ער אַריינגעוואָרפן געלט אין בית הכסא. מרן רביה"ק מסאַטמאַר זי"ע האָט מערערע מאָל דערציילט די פאָלגענדע מעשה:

הרה"ק מליסקא זי"ע האָט אַמאָל געגעבן אַ גרויסן סכום געלט פאַר זיין גבאי און אים געהייסן ער זאָל דאָס פאַרברענען. איז דאָרט געשטאַנען זיין איידעם הרה"ק רבי יוזפא גאלדבערגער זצ"ל און געפרעגט דעם שווער, צי ער קען קויפן מיט דעם געלט האָלץ וואָס מען וועט פאַרטיילן ווינטער פאַר די אָרעמלייט צו הייצן דערמיט דעם אויוון, אַזוי וועט מען אויפטון צוויי זאַכן: דאָס געלט וועט גיין לשריפה, אַזויווי דער רבי האָט באַפוילן דעם גבאי, און אויך וועלן די אָרעמעלייט הנאה האָבן דערפון. האָט דער אך פּרי תבואה געזאָגט אַז ער איז נישט מסכים, נאָר מ'זאָל שוין פאַרברענען דאָס געלט אין אַ געהעריגן פייער.

למעשה האָט אָבער פּאַסירט אַז בעת דער גבאי האָט זיך געפּאָרעט מיט'ן פאַרברענען האָט דאָס עמיצער באַמערקט און יענער האָט געראַטעוועט דאָס געלט פון פייער. ער האָט אָבער מורא געהאַט צו באַנוצן זיך דערמיט האָט ער אַוועקגעגעבן דאָס געלט פאַר אַן אָרעמאַן וועלכער איז שולדיג געווען אַ יאָר רענט און זיין בעל הבית האָט אים שוין געוואָלט אַרויסשטעלן פון די דירה.

די מעשה האָט זיך אָבער געענדיגט זייער נישט גוט. דער אָרעמאַן פאַר וועמען מען האָט באַצאָלט זיין רענט איז ל"ע קראַנק געוואָרן און באַקומען אַן אויסשלאַג אויפ'ן גאַנצן קערפּער. מען האָט פאַרשטאַנען אַז דאָס איז געקומען ווייל מען האָט פאַרנוצט אויף אים דאָס געלט וואָס דער ליסקא רבי האָט געהייסן פאַרברענען. איז מען געקומען צום הייליגן רבי'ן רבי הערשעלע און מזכיר געווען דעם אָרעמאַן, און בלית ברירה האָט מען געמוזט אויסזאָגן דעם גאַנצן אמת אַז מען האָט גענוצט אויף אים דאָס געלט וואָס דער רבי האָט געהייסן פאַרברענען.

ווען דער אך פּרי תבואה זי"ע האָט דאָס געהערט האָט ער אַ קרעכץ געגעבן און געזאָגט: "וואָס האָט איר געטון? דאָס געלט האָב איך באַקומען פון אַ גרויסן בעל עבירה; ער האָט געהאַט די מחלה וואָס דער אָרעמאַן האָט איצט באַקומען, און איך האָב נישט געטראָפן קיין אַנדערע עצה נאָר צו פאַרברענען דאָס געלט. אָבער איצט אַז איינער האָט הנאה געהאַט פונעם געלט, איז געוואָרן דאָס וואָס איז געוואָרן!"

 

 

טיפע הרגשה איבער נישט ערליכע געלטער

 

דער רבי זי"ע האָ‎ט צו דעם מוסיף געווען: אויך ביים טאַטן דער קדושת יום טוב זי"ע האָב איך געזען מערערע בייטלעך געלט וואָס ער האָט באַקומען פון אידן. די געלט וואָס ער האָט געוואוסט אַז עס קומט פון אַ כשר'ן מקור, האָט ער אַוועקגעלייגט באַזונדער און דאָס אויסגעגעבן פאַר מער מכובד'דיגע זאַכן. פאַר זיך אַליין האָט ער גענוצט נאָר פון אַזאַ געלט וואָס איז געקומען פון אַ גאָר גאָר ריין אויסגעהאַלטן פּלאַץ. (ספר קובץ אליהו פון הרב חיים אלי' שטערנבערג ז"ל, וואָס דער רבי זי"ע האָט דאָס פאַר אים דערציילט.)

אגב, כידוע האָט מען אויך ביים רבי'ן זי"ע אַזוי געזען אַז ער ער האָט געהאַט אַן עבודה מופלגת ונפלאה ביים צעטיילן אַלע געלטער וואָס איז אַריינגעקומען ביי די קוויטלעך, ער האָט דאָס צעטיילט אין פאַרשידענע טאַשן און צומאָל האָט מען אפילו געזען ווי ער נעמט אַ טשעק און דרייט דאָס צוזאַמען און פּיצט זיך די אויערן דערמיט און דערנאָך געוואָרפן אין מיסט, ווייל ער האָט מרגיש געווען אַז דאָס איז נישט-ערליך געלט און נישט געוואָלט נהנה זיין דערפון.

 

 

אַ ציטערניש אויב די רשעים ווילן העלפן

 

אין ספה"ק דברי יואל פּרשת דברים (מהדורא תניינא עמוד ס"ח) איז געברענגט דאָס באַקאַנט וואָרט וואָס דער רבי פלעגט כסדר נאָכזאָגן פון הרה"ק מליסקא זי"ע, אויפ'ן פּסוק "זלעפה אחזתני מרשעים עוזבי תורתיך", דאָס וואָרט "עוזבי" (פּשוט פּשט טייטש פאַרלאָזן) קען מען אויך טייטשן אַ לשון פון "העלפן", מלשון "עזוב תעזוב עמו". זאגט דוד המלך ע"ה, זלעפי אחזתני, עס כאַפּט מיך אָן אַ ציטערניש, "מרשעים עוזבי תורתיך", פון די רשעים וואָס ווילן אַרויסהעלפן די תורה הקדושה, זיי ווילן שטיצן תורה מיט געלט, ווייל זאָגן זאָגן זיי אַז זיי ווילן העלפן, אָבער אין האַרצן טראַכטן זיי בייזוויליגע מחשבות אַז אַזוי וועלן זיי קענען אַריינרעדן און באַאיינפלוסן די לומדי התורה צו זייערע שלעכטע וועגן ר"ל.

אין ספר "עזר בקודש" (עמוד ר"ן) פון הרה"ח ר' עזריאל גליק ז"ל משב"ק, איז געברענט אז דער רבי האָט נאָכגעזאָגט דאָס וואָרט בשם הרה"ק מליסקא זי"ע ווען ער איז געווען אין ירושלים עיה"ק ביי זיינע דרשות סיי אין יאָר תשט"ו און סיי אין יאָר תשכ"ה.

(פאָרזעצונג קומט אי"ה)











עובדות פון הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע,
תלמידו הגדול פון הייליגן ישמח משה זי"ע,
דערציילט דורך מרן רביה"ק מסאַטמאַר זי"ע
Related Articles
Related Articles
הרה
הרה"ק רבי יעקב משה מקאמארנא זי"ע שפאצירט אינאיינעם מיט הגה"ח רבי אהרן יוסף רייך זצ"ל חתן המקובל רבי אברהם שווארץ זצ"ל חתן הרה"ק מליסקא זי"ע
'אגרת הקודש' פון הרה
'אגרת הקודש' פון הרה"ק מליסקא זי"ע ווי ער נעמנט זיך אן אויפן כבוד פון הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאמארנא זי"ע - וואס האט באלאנגט פאר דער מנחת אלעזר זי"ע
דער 'קלויז' אין סאדיגורא
 
 פונעם הייליגן רוזשינער זי
דער 'קלויז' אין סאדיגורא פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע
דער 'קלויז' אין סאדיגורא
 
 פונעם הייליגן רוזשינער זי
דער 'קלויז' אין סאדיגורא פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע
כ
כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א ביים ציון הקדושן פון הרה"ק רבי סענדר'ל מקאָמאַרנא זי"ע אין אוהעל דער ישמח משה זי"ע האָט געבעטן מען זאָל אים ברענגען למנוחה אין זעלבן אוהל
, Ruzhin, , ezra friedlander
טאוול אינעם אוהל פון דער ישמח משה, וואס צייכענט אן די חשיבות ביים מתפלל זיין ביים ציון פון
טאוול אינעם אוהל פון דער ישמח משה, וואס צייכענט אן די חשיבות ביים מתפלל זיין ביים ציון פון "שרה די בעקערין", דער מאמע פון הרה"ק בעל אך פרי תבואה ליסקא זי"ע
Sign Up for Updates
קהל עטרת צבי מליסקא
1449 50th Street
Brooklyn,  NY  11219
t. 718-436-5555
ChasideiLiska@Gmail.com
 
BB DESIGN & DEVELOPMENT