יערליכע מסיבה לטובת בית המדרש חסדי אברהם היבנוב תשע״ג

תשע״ג
Hundreds of participants including prominent Rabonim attended the Hivniv Melava Malka to benefit the Hivniv Bais Medrash Chasdei Avrohom in Boro Park under the leadership of Harav Avrohom Yehoshua Heshel Friedlander Shlita.
 
Hivnov Maleve Malka 5773Hivnov Maleve Malka 5773
Hundreds of participants including prominent Rabonim attended the Hivniv Melava Malka to benefit the Hivniv Bais Medrash Chasdei Avrohom in Boro Park under the leadership of Harav Avrohom Yehoshua Heshel Friedlander Shlita.

The Hivniver Rov, a son of the previous Liska Rebbe ZATZAL, is a scion of various Chasidic dynasties ranging from Belz; Lizsensk; Apt; Bardichiv and is highly regarded for his service in the field of medical ethics being the author of Chasdei Avrohom.

Rav Shmelka Leifer, Chuster Rebbe was guest speaker and the Melava Malka was dedicated in memory of Reb Dovid Greenzwig Z'L. Rav Ehrenreich, longtime Menahel of Bais Yaakov of Boro Park brought out the the personality of Reb Duvid who was a beloved figure in Boro Park for many decades being a prominent "askan" and Bobover chosid.
 

הונדערטער באטייליגטע ביי מלוה מלכה פאר ביהמ"ד היבנוב
הונדערטער אידן האבן זיך באטייליגט אין די יערליכע מלוה מלכה לטובת
ביהמ"ד חסדי אברהם ד'היבנוב, בנשיאות הגה"צ המפורסם רבי אברהם יהושע העשיל פריעדלאנדער שליט"א, וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם מוצש"ק פרשת וירא, אין "סעוויל מענאר" אין בארא פארק.עס איז געווען אן ערהאבן בילד אריינקומענדיג אין זאל, זעענדיג ווי ס'איז איבערגעפולט מיט א קאלירפולן ציבור, פון אלע שיכטן און סארטן, וואס מען זעט זעלטן סיי וואו. גאר פראמינענט איז געווען דער לאנגער אויבנאן, וואס האט זיך געצויגן פון איין זייט צום אנדערן און איז די גאנצע צייט געווען באזעצט פון צענדליגער רבנים ואדמורי"ם פון די חשוב'סטע און גרעסטע קהילות קדושות אין בארא פארק און דער אומגעגנט.

דער יו"ר, הרה"ח מוה"ר נפתלי בלומענבערג הי"ו, מחשובי מתפללי ביהמ"ד, האט פארגעשטעלט א חשוב'ן פערזענליכקייט, הרבני הנכבד והישיש, הרב אשר לעמיל עהרענרייך שליט"א, דער וועטעראן מנהל פון בית יעקב ד'בארא פארק קרוב צו 60 יאר לאוי"ט, ער זאל ארויפקומען רעדן לזכרו פון להבחל"ח ידיד נפשו, הרב החסיד המפו' רבי דוד גרינצווייג ז"ל, וואס די מסיבה איז געווען מוקדש לזכרו, ולע"נ בנו הרה"ח ר' יוסף גרינצווייג ע"ה.הרב עהרענרייך האט גאר רירענד ארויסגעברענגט דעם טייערן אנדענק פון ר' דוד גרינצווייג, פארשטעלנדיג וויאזוי ער האט איבערגעלעבט די מלחמה און פארט באוויזן צוזאמצונעמען די כוחות הגוף והנפש און ווערן טייל פון די בארא פארקער אידישע געמיינדע אין די ערשטע יארן ווען מען האט גענומען איבערפלאנצן אמאליגע חסיד'ישע קהילות און מוסדות התורה אין די שטאט.

דערנאך האט מען געהערט די גייסטרייכע דרשה פון דעם נואם הכבוד, כ"ק הגה"צ רבי שמעלקא לייפער שליט"א אדמו"ר מחוסט, וועלכער האט באצויבערט דעם ריזן ציבור בדברי פי חכם חן.דער חוסטער רבי שליט"א האט בתוך דבריו ארויסגעברענגט אז דאס וואס מען זעט דא אזא גרויסן קאלירפולן ציבור איז נישט קיין צופאל, נאר דאס ווייזט דעם הכרת הטוב וואס דער ברייטער ציבור שפירט פאר'ן חשוב'ן מרא דאתרא שליט"א, וועלכער איז אויך משמש אלס רב ומורה צדק אינעם מאימאנידעס שפיטאל, און איז כל כולו איבערגעגעבן למען הכלל והפרט ברוחניות ובגשמיות.

דערנאך איז געווען א מוזיקאלישע פארשטעלונג דורך דעם מלחין ובעל מנגן מו"ה מרדכי אילאוויטש הי"ו ממתפללי ביהמ"ד,צוזאמין מיט די חברה "ידידים" בראש פון מו"ה יעקב יוסף ארלנסקי נ"י, וואס האט פארגעשטעלט די פעולות פון די קהלה און פון דעם אורח הכבוד, האברך הנגיד ר' הערשי רובין הי"ו ממתפללי ביהמ"ד, וועלכער האט באקומען צוגעטיילט א פרס הכרת הטוב.

ביי די ענדע האט מען געהערט דברי ברכה פונעם רב שליט"א, וועלכער האט צוליב די שפעטע שעה מקצר געווען זיינע ווערטער, און האט מעומק הלב באדאנקט די פולע הונדערטער אידן וועלכע זענען געקומען שטיצן דעם מקום תורה ותפלה, ובפרט אין אזא שווערן זמן, נאך דעם שטורעם וואס האט פאראליזירט די שטאט, אין ער האט געוואנשען דעם ציבור זאל מצליח זיין בכל הענינים בזכות אבותיו הקדושים..

 
Hamodia CoverageHamodia Coverage



Related Articles
Related Articles
Tags
Sign Up for Updates
קהל עטרת צבי מליסקא
1449 50th Street
Brooklyn,  NY  11219
t. 718-436-5555
ChasideiLiska@Gmail.com
 
BB DESIGN & DEVELOPMENT